עברית
Library

יום ב' דחה"ס

יום ב' דחה"ס, שיחה ב

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

ב. דעם פסוק מיט וועלכען יצחק בענטסט, איז פראן א שקו"ט אין זוהר. אבער די מסקנת הזוהר, אליבא דעת ר"ס איז, אז דער פסוק פון יצחק'ן איז גבור בארץ יהי' זרעו, וואס כפשוטו מיינט דאס אז מען דארף זיך מתגבר זיין.

דיצחק איז געווען א עולה תמימה, און ער איז ניט ארויס קיין מאל פון א"י, ביז אז ער האט גאר ניט געהאט קיין סייכות און ניט געקענט סובל זיין קיין מציאות הרע, וואס דערפאר איז והכהן עיניו מראות, מעשיו הרעים סל עסן, וויילע ער האט ניט געקענט זען קיין מציאות הרע, וומ"מ איז אויך ער זאגט אז עס דארף זיין דער ענין הגבורה.

אויף אברהם'ן איז דאס קיין חידוש ניט. אברהם איז ירד מצרימה ערות הארץ כו', דער חידוס איז אז אפילו

יצחק וואס ער איז געווען העכער לגמרי פון וועלט, איז אויך ער זאגט אז עס דארף זיין דער ענין הגבורה כו'.

וואס דאס איז א הוראה צו יעדער איינעם, אפילו צו די וואס טענה'ן אז זיי מצד זייערע כשרונות וחוסים און מצד זייער מעמד ומצב זיינען זיי לגמרי טוב, ובמילא דארפן זיי קיין יגיעה ניט, איז נעמט מען ארוים א הוראה פון דעם צווייטן טאג סוכות, אז אפילו אזא וואס שטייט אין אזא דרגא והנהגה פון יצחק'ן, דארף אויך האבן גבורה ויגיעה, ווארום בסעת עם איז ניסא דער "יגעת", אין אזא אופן וואס הורה זאל זאגן אז דאס הייסט "יגעת", איז ניסא דער "ומצאת".

און דאס איז געזאגט געווארן צו יעדער איינעם, אפילו צו אזא וואס מצד כסרונותיו וכו' קען אויפטאן אן יגיעה אזוי ווי א צווייטער מיס יגיעה, פונדעסטוועגן זאבט מען אז אויך ער דארף האבן יגיעה, ווארום דאס איז דער תכלית בריאת האדם בכלל, און אדם אתם בפרט, כמ"ש אדם לעמל יולד.

וואס אין דעם איז פראן בכללות דריי מדריגות, למל מלאכה, עמל סיחה ועמל תורה, כמסנ"ת בארוכה אין די זומער- דיקע מאמרים, אז פריער דארף זיין דער ענין פון עמל מלאכה, און נאך דעם וואס ער טוט דאס א דורך, ווערט דאס בא אים א אמצעי דורך וועלכן ער זאל צוקומען צו דעם צווייטער סליבה, ועמל סיחה, און נאך דעם וואס ער טוט א דורך אויך די שליבה, ווערט דאס בא אים א אמצעי דורך וועלכע ער קומט צו עמל תורה, וואס דאס איז דער אמת'ער תכלית, כמסנ"ת במאמרים הנ"ל.

און דאס איז די הוראה פון יצחק'ן, אז אפילו אזא וואס געפינט זיך בארץ אין ארץ יסראל טעינו הוי' אלקך בה

מרסית מרשית השנה ועד אחרית שנה, ער איז שטענדיק פארבונדן מיט אלקות. אויך ער דארף זיין גבור, בעמל ויגיעה, וואס דוקא יעמולט פירט ער אוים תכלית בריאפו כנ"ל.

הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Date
16 Tishrei 5720 (18 October 1959)
Id
rh-05ktd0q7

Copies

Recent activity

#208 Sichos Kodesh ה'תש"כ (test year): machine reading, one page per sicha · approved

Sources

  • drive1EqymBGe_mFutMYHoLGPbsg…