עברית
Library

י"ט כסלו

י"ט כסלו, שיחה א

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

בס"ד. שיחת ל"ט כסלו ה'תש"כ.

א. ס'איז דאך ידוע די צוויי פתגמים פון פותחין בברכה און פותחין בדבר מלכות,

וואס וויבאלד אז ער זאגט ביידע פתגמים, איז דאך דאס א סימן אז מען קען זיי צוזאמען פארן, ווייניקסטנס אין ענינים ומאורעות וזמנים מיוחדים.

דערפון וואס די רביים און די נשיאים האבן געגעבן א נאמען י"ט כסלו דעם ווארט "חג", וואס דאס איז דאך מורה אויף א כללות'דיקעו ענין איז אויבערגעץ וואו דארף אויכעט זיין צוזאמענגעפארט דער "פותחין בברכה" מיטן "פותחין בדבר מלכות", איז דאך זיכער אז דאס דארף זיין אין א ענין כללי ווי א חג בכלל, ווארום דער ענין פון א "חג" איז דאך דאס ניט נאר אז אין דעם טאג זאלן זיין די ענינים, נאר ווי ער זאגט אין לקו"ת אין פרשת ברכה, אז די המשכות וואס מ'האט ממשיך געווען אין די ימי היום טוב, דארף מען זיי דערנאך ממשיך זיין אין כל הימים הבאים לאחרי זה ביז דעם יו"ט הבא.

וואס אזוי איז אויך געווען בשעת ס'איז געווען בגלוי דער "יראה כל זכורך" "כשם שבא לראות כך בא ליראות" - זאגט ער דארטן אז אט די ראי' האט מען דאס דערנאך מיטגענומען אויך מיט זיך אהיים ביז דער רגל הבא.

עאכו"כ אויב מ'זאגט אז אין חגים גופא איז דאס א "חג החגים".

וואס פרשת הענין, איז דאך די אגרת הקודש וואס מ'האט געשריבן צום רבי'ן דעם שווער פון זיין פאטער פון נשיא וואס איז לפניו, און וואס דארט איז ער מפרש אז דער יו"ט פון י"ט כסלו איז דאס א יום וואס ער איז א חג וואס "אשר פדה בשלום נפשל נפשינו ואור וחיות נפשנו ניתן לנו" און דערנאך איז ער דארט מבאר דורך וואס איז דאס - דורך די תורה וואס "הנחילנו אבותינו" און איז מסיים אז "והיא היא תורת הבעש"ט". וואס אין די עטליכע ווערטער גיט מען איבער וואס דער חג איז, און ווי ער איז ממשיך דערנאך אז דאס דארף ממשיך זיין דערנאך על כל השנה, איזדאך אין דערויף דא ביידע ענינים: דאס איז "פותחין בדבר מלכות" מאן מלכי רבנן, נאר די רבנן וואס "אמר מלכא עקר טורא" אט דעם הר וואס אפילו ביי רשעים איז דאך "נדמה להם כהר" איז "אמר מלכא עקר טורא" וואס זיי האבן זיך אפגעגעבן אויף ארויסרייסן אט דעם "נדמה להם כהר" אפילו ביי די רשעים, איז אט דאס איז דער "פותחין בדבר מלכות" צוזאמען מיט דעם "פותחין בברכה", ווארום א ציווי און א הוראה פון א נשיא בישראל איז דאס ע"ד ווי מ'זאגט אז "צדיקים דומין לובראן", אז פונקט אזול ווי הקב"ה איז אינו בא ובטרוניא עם בריותיו, אזוי איז א נשיא בישראל גיט יעדערן דעם חלק וואס דאס איז לפי כוחו.

וואס דערמיט האט מען דאך אויסגעפראווט דעם ערשטן נשיא בישראל "ומשה הי' רועה" זאגט מען דאך אויף דערויף אין מדרש אז מיט וואס האט מען עם אויסגעפראווט, אז די זקנים האט ער געגעבן עשבים וואס זיי קענען דאס פאנאנדער קייען, און די בחורים די עשבים, די גראז וואס איז געווען לויט זייער כח און די קטנים וואס נאך זייער כח, אט אזוי איז רועי ישראל שבכל דור ודור ועד לדורינו דער רבי שווער איז אויך אט דאס איז געווען דער סדר אז'אינו בא בטרוניא"נאר מ'מאנט אט דאס וואס מ'ווייס אז מ'וועט דאס קענען דורכפירן.

וואס דערפאר איז דער "פותחין בדבר מלכות" וואס איז ארויסגעגעבן געווארן אין דדי אגרת הקודש, אז אט דער ענין פון "פדה בשלום נפשינו ואור וחיות נפשינו ניתן לנו" דארף מען דאס ממשיך זיין דערנאך במשך כל השנה פון דעם חג, איז דאס אויכעט א נתינת כח אויף מגלה זיין די כוחות פנימיים וואס ס'איז דא ביי יעדערן, אז ער זאל דאס קענען אויספירן אוועקגייענדיק פון דעם טאג במשך כל השנה כולה.

און ער איז מסיים: אין וואס איז דאס געגעבן געווארן - דורר די תורה שהנחילנו אבותינו, און איז דאס חותם: "והיא היא תורת הבעש"ט". ךהווה שהנחילנו. - ל"ט כסלו תש"כ -

בכלל איז דאך נשיאי ישראל איז דאך יעדער ענין ביי זיי אויסגערעכנט, ווארום ס'איז דאך ע"ד וואס "לא ברא הקב"ה בעולמו דבר אחד לבטלה", אזוי דארף דאך זיין ביי א אידן דער ענין פון "בכל דרכיך דעהו" אז ער דארף טאן אט דאס וואס ער דארף טאן און ס'דארף ניט זיין קיין איבעריקע ענינים, פונקט ווי דער רמב"ם איז מבאר אנטקעגן דיבור, אז אויב ס'איז דא א דיבור וואס ער איז א נידעריקער טויג דאס ניט, עד"ז איז דאך בכל עניני האדם אז ס'איז דא א מחשבה בטלה עאכו"כ א מעשה בטל, פארשווענדעט ער דעם כח וואס מ'האט עם געגעבן אויף א דבר בלתי נצרך, און נוסף אויף דערויף וואס דערנאך פעלט עם אין די ענינים פון תורה ומצוות.

מצד דעם ענין וואס "לא ברא הקב"ה דבר אחד לבטלה" האט מען דאך געגעבן א אידן . אזוי פיל כוחות מיט אזוי פיל ענינים, ער זאל קענען דורכפירן שליחותו בעלמא דין.

בשעת ער נעמט א ענין זיינעם און ניצט דאס אויס ניט אויף מילוי השליחות - איז דאך ניט נאר דאס וואס ער טוט א דבר שאין לו. תוכן, נאר דערנאך פעלט עם אט די שעה, און אט דער כח, און אט די ענינים-המשכת נפשו-בשעת ס'וועט קומען צו דעם ענין פון תורה ומצוות וואס ער האט געדארפט ממלא זיין.

וואס דערפאר זאגט מען דאך, איז דא דער ווארט פון בעש"ט, און דער מגיד האט דאס נאכמער מפרש געווען אז וואס איז דער ענין פון "התורה חסה על ממונם של ישראל" - און דאס ווערט אויכעט א ענין א מצוה בתורה אז ס'דארף זיין "חסה על ממונם של ישראל" -

איז מבאר דער בעש"ט און דער מגיד און דערנאך איז מבואר בארוכה אין חסידות, אז ס'איז דא אט דאס וואס א איד האט אין זיין רשות איז א סימן אז דאס האט צו עם א שייכות, אין תכלית בריאתו, צוליב וואס איז ער נברא, איז דאך כפסק המשנה: "אני נבראתי לשמש את קוני".

וויבאלד אז דאס איז א ענין דורך וועלכן ער דארף דורכפירן די שליחות איז דאך פארשטאנדיק אז"ממונם של ישראל"ווער דארף אויף דערויף רחמנות האבן - אט דער ענין וואס איז ביי עם א מורה-דרך ווי ער זאל זיך פירן, וואס דאס איז דער ענין התורה מלשון הוראה.

וואס דערפאר איז א ענין אין תורה ניט נאר דער ענין פון "בל תשחית" וואס דאס איז א ענין "לאו"כפשוטו, אז מ'טאר ניט משחית זיין, נאר נאכמערער: מ'דארף האבן רחמנות, וואס דאס איז דער פשט פון "חסה", אין דעם ענין ליגט (אין דעם חלק ממונו ליגט) א ניצוץ וועלכע ער דארף מברר זיין און מזכך זיין און מעלה זיין און מקשר זיין מיט אלקות, און אויב דאס גייט ביי עם פארלארן - פעלט אים א חלק אין זיין עבודתו.

וואס דערפאר איז דאס וואס די רביים האבן אנגעוויזן אז מ'דארף דאס ממשיך זיין דעל כל השנה כולה איז דאס לפי הכח און דאס אראפגעגעבן געווארן פון כוחות פנימיים אין כוחות גלויים.

ע"ד ווי ער איז מבאר אין תניא אז דער וואס עבודתו איז אין דחילו ורחימו בתעלומות לבו איז נאך ניט דא דער תכלית העבודה, ס'דארף זיין דער "המעשה הוא העיקר" ער זאל אויפטאן זיין שליחות אין דעם ענין פון מחשבה און דיבור, והעיקר: אין מעשה בפועל.

וואס דערפון איז דאך פארשטאנדיק אז כל עשיותיו של האדם איז דאס א ענין של קדושה, ער דארף דערפון מאכן א דירה לו ית'.

וואס דאס איז דאך דער פס"ד אין רמב"ם און אראפגעבראכט אין טור ושו"ע דער זענין פון "בכל דרכיך דעהו" ווי מ'איז דארט מסיים אז נמצא אז בכל דרכיך איז ער עובד דעם אויבערשטן.

וואס דאס איז דאך דער כללות הענין פון "הקדש": "הקדש" איז דאך אז מ'מאכט א ענין וואס האט געקענט זיין מצד עצמו "חול", און מ'מאכט דערפון קדושה, וואס קדושה האט דאך ביידע טייטשן: דאס איז "אפגעשיידט" פון לשון הל דשה והפרשה אפגעשיידט פון וואכעדיקייט; און דאס ווערט "הייליק" וואס דורך דעם וואס אין דערויף ווערט נמשך אלקות.

וואס דערמיט איז אויך פארשטאנדיק וואס מ'זאגט אין דעם אגה"ק זאגט ער צוויי

- *ו - - י"ט כסלו תש"כ - מאל "היא היא": וואס כאמור לעיל איז מה-דאך אז ביי א אידן סתם מאנט זיך אז ס'זאל וניט גיין קיין ענין לבטלה און ביז וואנעט אז דאס ווערט א ענין פון "חסה תורה", איז דדאר עאכו"כ ביי א ענין פון א נשמה כללית, און בפרט נאר ביי א ענין וואס איז דערנאך אראפגעגעבן געווארן לפרסום, איז זיכער יעדער ווארט אויסגערעכנט.

וואס דערפון איז דאך פארשטאנדיק אז ער זאגט "והיא היא" איז דאס מיט א דיוק, אז ס'זאל שטייען צוויי מאל "היא היא".

וואס דער ענין אין דערויף איז:

ס'איז דא א דין אין תורה א נפקא מינה צווישן חולין און קדשים, דער ענין וואס דאס איז"בקודשלאיז ווען ווייס מען אז דאס איז מעכב איז דאס אויב שנה עליו הכתוב" אויב ס'שטייט צוויי מאל, משא"כ ביי א ענין פון חוליו' זאגט תוספות און אזוי ווערט דאס אויכעט אראפגעבראכט אין פוסקים אז אויב ס'שטייט אפילו איין מאל איז דאס אויכעט מעכב. .

וואס לכאורה איז דאס לגמרי היפך השכל חיצוני, היפך המושכל ראשון:

דער מושכל ראשון דארף זיין אז ענינים פון קודש דארף זיין אויסגערעכנט און מדוייק בתכלית הדיוק, משא"כ אין ענינים פון חול אז מ'זאגט איין מאל איז מהיכי תיתי, אז ער וויל איז דאס מעכב און אז ער וויל איז ער דאס ניט מעכב.

ע"ד דוגמא, ווי מ'געפינט דער חילוק פון אכילת שבת און סעודת שבת איז אכילה וסעודת חול, סעודת שבת האט א הזמנה מיט א קביעות משא"כ סעודת חול איז מהיכי תיתי, אדער יע אדער ניט.

וואס דערפאר האט דאך געדארפט זיין דער דין פונקט פארקערט: אז די עניני קודש, איז אלע ענינים מדוייק, איז מספיק אז ס'שטייט איין מאל, ביי עניני חול - איז למא, נפקא מינה?! אין אט דאס וואס תורה זאגט איז "היא חכמתכם ובינתכם" האט דאך אויכעט א הסברה אין שכל. י אחת ההסברות בזה איז:

אז דער גאנצער ענין פון "קודש" איז דאס למעלה מדרר הטבע, ווי דער מדרש זאגט אז קודם מ"ת איז דעמולט איז געווען א גזירה אז בני סוריא לא יעלו לרומי ובני רומל לא ירדו לסוריא, און ווי דער מדרש איז דאס מסביר אז רוחניות האט ניט געקענט אראפגיין למטה אין גשמיות און גשמיות האט ניט געקענט ארויפגיין און ווערן רוחניות.

וואס דאס איז דאך מצד הבריאה אפילו ווי ס'איז געווען נאך קודם החטא אויכעט. ווארום די גזירה, ווען האט מען זיך גענומען אויף איר מבטל זיין - איז דאס ווען ס'איז געווען "וירד ה' על הר סיני ווי דער מדרש איז דארט מבאר.

וד.ה. אז עולם ווי ער איז עולם על מילואו נברא אפילו קודם החטא, איז מצד עולם אליין איז דער סדר אז יעדער ענין גייט זיך עד לשרשו, במילא ווי אזוי הויך בגשמיולם זאל ניט גיין - קען דאס ניט ווערן רוחניות באמת.

עד"ז איז רוחניות אויכעט קען זיין אין דערויף ירידה ביז אויכעט נפילה, אבער ווי אזוי טיף דאס זאל ניט פאלן קען דאס ניט ווערן גשמיות דערפאר וואס דאס איז צוויי באזונדערע ענינים.

אט דער גאנצער ענין, אז מ'זאל קענען מאכן פון גשמיות רוחניות, און רוחניות מיתית ד ה. אז דאס זאל קענען ווערן א כלי א דירה לו ית', וואס דאס איז דער ענין פון הקדש' איז דאס מער ניט מצד דער ביטול הגזירה פון דעם אויבערשטן, און ערר ווואס פאר אן אופן האט דאס געקענט זיין - ווי דער מדרש זאגט "ואני המתחיל":

מצד דערויף וואס דער אויבערשטער האט צובראכן אט די מחיצה, האט דאס דערנאך גלגעבן כח אז גשמיות זאל קענען ארויפגיין למעלה און זאל קענען ווערן "ויעל משה על ה"ט" "ויעל משה אל האלקים", אוו נאד דערויף איז דאר געגאנגען די שישיםל מוה מישראל, וואס דער עולם איז דאך נברא בשביל ישראל, און ווען איז געווען דער תכילא השלימות - ביום השלישי ווען ס'איז געווען מתן תורה.

וואס מצד אט דעם גזירה אט דאס איז געווען די מעגליכקייט וואס לולי זאת וואלט אזא מין מציאות ניט געווען.

וויבאלד אז דער גאנצער ענין פון "הקדש" איז מערניט מצד די נתינת כח מלמעלה וואס דאס האט אראפגענומען אט די מחיצה שבין הגשם והרוח, איז דערפאר לייגט זיך אין סברא אז די אנטשטרענגונג פון למטה איז דא ניט נוגע, ווארום ער מצד כוחו, קען סיי-ווי-סיי קען ניט דורכברעכן די מחיצה. מערניט וואס דער אויבערשטער האט געוואלט, און האט געזאגט אז "אני המתחיל", במילא איז לאו דוקא, אז דער תחתון וועט טאן איז געוויס גוט טאמער וועט ער ניט טאן איז דאך אויכעט אן אחריות, ווארום סיי-ווי-סיי אפילו אז ער טוט, איז דאס מערניט-ע"ד ווי ער זאגט אין מדרש-ער זאל אונטערלייגן די אצבע קטנה (ווי גערעדט שוין אמאל דעם מדרש אין קהלת) וואס ער וועט אונטערלייגן אן אצבע קטנה וועלן דערנאך די מלאכים טראגן דעם אבן אז ס'זאל ווערן אן עלי' לרגל ביז אין ירושלים.

עד"ז איז אויכעט אט די אלע ציווים אין ענינים פון הקדש, וואס אין א ברייטערן און אין כללות הדברים, איז דאס די גאנצע עבודת האדם, איז דאך די שאלה ווי אזוי און ווי קען דאס א איד מאכן פון גשמיות רוחניות.

איז דאך דא מערניט וואס "הקב"ה עוזרו" אין דער מלחמה, און דערנאך אפילו אז מ'איז שוין מנצח די מלחמה אז מ'זאל מאכן פון גשם - רוחניות איז דאס דערפאר וואס הקב"ה איז געווען דער "אני המתחיל".

איז דערפאר אפילו אין הקדש דערפאר וואס ס'רעדט זיך אין קדשים וואס דאס איז מצד הכח שניתנה מלמעלה, איז אויב ס'ווערט געזאגט איין מאל וואס א איד דארף טאן איז דאס נאך ניט קיין ראי' אז אי אפשר בלאו הכי- וויבאלד אז ענינו איז סיי-ווי-סיי ווערט דאס געטאן מצד דעם כח שמלמעלה - מצד דערויף וואס ס'ווערט נמשך מלמעלה.

וואס דערפאר דארף מען האבן א לימוד מיוחד, אז אע"פ אז סוכ"ס ווערט דאס קדוש ומצד דערויף וואס "אני המתחיל", איז דא אויף דערויף א דיוק, אז ס'מוז זיין די עשי' מצד עשיית האדם, ווי ס'איז אנגעוויזן אין דעם און אין דעם פסוק.

אין ענינים פון חולין, ד.ה. אז א איד ע"י עבודתו מאכט דאס נאך ניט א ענין של קודש, נאר וואדען - אין עולם גופא איז ער מעלה א ענין פון איין דרגא אין דער צווייטער דרגא - אויף דערויף דארף מען ניט האבן דער ביטול המחיצה, איז דאך א דבר הפשוט אז וויבאלד אז מ'זאגט אז מ'דארף טאן, איז דאס א ענין של דוקא.

וואס דערפאר איז אויכעט בשעת מ'קומט צוגיין און מ'גיט ארויס א הוראה כללית וועגן א יום כללי, און מ'זאגט אז דאס וויל מען איבערגעבן וואס איז געווען די הוראה פון בעש"ט, און זיין תורה, ווי אזוי מ'זאל זיך פירן במשך כל השנה כולה, איז אט דא איז דא דער "שנה עליו לעכב", ע"ד ווי מבואר אז דער ענין פון נשמת הבעש"ט, און דערנאך אויכעט די נשמה חדשה פון דעם אלטן רבי'ן, איז דאס געווען א ענין וואס מ'האט געגעבן מלמעלה אין אן אופן אינגאנצען אויף ניט צו געריכטע.

וכמבואר בכמה מקומות ווי אזוי דער בעש"ט איז געווען א נסתר אפילו לגבי די צדיקים נסתרים שבדורו, ווי דער רבי האט דאס מבאר געווען בארוכה אין די שיחה פון תש"ג, ד.ה. אז אפילו די צדיקים וואס ס'איז געווען עבודתם אין אן אופן נסתר און ניט בגלוי, איז דאס געווען א הסתר בתוך הסתר, אויף אזוי פיל איז דאס געווען שלא בערך צו דעם עולם.

עד"ז איז דאך אויך געווען דערנאך ביי דעם אלטן רבי'ן, (די ענינים זיינ) ווי דער רבי האט דערציילט בארוכה דער אופן העיבור והלידה והחינוך וכל הפשטים שבזה אויף וויפל דאס איז געווען אין אן אופן פון היפך הגילוי, וואס דאס איז דאך מורה אז דאס ווערט געגעבן מלמעלה מיט א כח מלמעלה.

איז דאס זאגט מען מיטן דיוק, אז מ'זאל וויסן זיין אז דאס איז "לעיכובא" אז "והיא היא" תורת הבעש"ט דערפאר וואס דאס איז א ענין של הקדש - א ענין של קדושה, נאר אין דעם כללות'דיקן ענין הקדושה וואס "אני נבראתי לשמש את קוני" דער "ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם".

וואס דאס איז אויך וואס ער הויבט אן: "אשר פדה בשלום נפשנו ואור וחיות נפשינו ניתן לנו" - איז דאך אין דערויף דער דיוק אז ס'איז ניט סתם א פדי' נאר - י"ט כסלו תש"כ - וואדען דאס איז א פדי' דורך שלום.

און דערנאך זאגט ער אז דאס איז ניט נאר דער "נפש" נאר וואדען מ'גיט נאך דער אור וחיות הנפש, איז דאך אויף "פדה בשלום" זאגט ער דאך אין ירושלמי אז כפשוטו האט דאס געזאגט דוד אויף זיין מלחמה מיט אבשלוס'ן און אין וואס פאר אן אופן איז דארט געווען די פדי' - אז די אנשי אבשלום זיינען אויכעט צוגעשטאנען צו דוד'ן אז ביי זיי איז געווארן דער אתהפכא מן הקצה אל הקצה.

וואס דאס איז דאך היפך טבע האדם.

אזוי איז אויכעט אז מ'זאגט אז "ניתן לנו דער נפש" זאגט מען אז דאס איז ניט סתם "ניתן" נאר מ'גיט דעם נפש צוזאמען מיט דעם'חיות"וואס איז דא אין נפש, און צוזאמען מיט דעם'אור וואס ס'איז דא אין נפש.

און כמבואר בארוכה אז אט דאס וואס די גמרא זאגט אין מגילה אז ס'איז דא דער "איהו" און ס'איז דא דער "מזלייהו", ד.ה. אט דעם נפש וואס ס'איז שייכות צו גילוי, צו מחשבה דיבור ומעשה בגלוי, און דערנאך ווי די גמרא זאגט דארטן אז "אע"ג איהו לא חזי - מזלייהו חזי" אז אין מחשבה דיבור ומעשה האבן זיי גארנישט ניט געזען אבער דער "חרדה גדולה נפלה עליהם" דערפאר וואס דאס האט געזען דער חלק הנשמה וואס איז העכער פון התלבשות בגוף.

וכמבואר די ראי' אויף דערויף אז מ'קען ניט טייטשן "מזלייהו" זייער מזל ווארום די גמרא זאגט דאך אז "אין מזל לישראל", נאר וואדען דאס גייט אויף דער חלק הנשמה וואס דאס איז מערניט ווי בחינת "מזל" למעלה און ניט מתלבש אין אן אופן פון אור פנימי אין דעם גוף.

און אט דאס זאגט מען, אז אין דער פדי' האט מען געגעבן ניט נאר דעם נפש נאר אויך דעם חיות"פון דעם נפש, און נאך העכער דעם אור"פון דעם נפש, וואס דאס איז אויכעט היפך פון דרך הטבע אז דאס זאל אראפקומען בגלוי דא למטה. וואס אויף דערויף איז דאך אויכעט ע"ד ווי מ'האט גערעדט, דער ביטול המחיצה ביי מ"ת בכללות - עד"ז איז אויכעט אין דעם ענין, אז ס'ווערט בטל די גדרים פון טבע, און בשעת ס'איז דא די מלחמה ווערט דאס א נצחון המלחמה, אין אן אופן פון ו"פדי' בשלום", און בשעת ס'איז דא דערנאך די נתינת הנפש בגלוי איז דאס ניט נאר כוחות חיצוניים שבנפש ופנימיות שבנפש, נאר אויכעט דער "אור וחיות הנפש" דער חי' יחידה שבנפש.

וואס דאס אלץ האט מען אפגעגעבן אין דעם'חג'על מנת אז מ'זאל דאס דערנאך ממשיך זיין על כל השנה כולה, אויכעט אין דעם זעלבן אופן: אויף מבטל זיין די גדרים והגבלות פון די עניני חול, ביז וואנעט מ'וועט פון זיי מאכן קודש.

וואס דעמולט וועט ער דורכפירן אט די כוונה פון בעש"ט וואס דערנאך איז נתבאר געווארן דורך דעם אלטן רבי'ן און נשיאים שלאחריו, וואס דאס איז דער "היא היא" תורת הבעש"ט זכרונו לברכה. באמצע אמר לא': זאגן פאר דער גאנצער שול!

ואח"כ: מ'דארף דאך האבען א גרעסערער כוס פאר דער גאנצער שול!

הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Date
19 Kislev 5720 (20 December 1959)
Events
19 Kislev
Id
rh-3z26dqcn

Copies

Recent activity

#208 Sichos Kodesh ה'תש"כ (test year): machine reading, one page per sicha · approved

Sources

  • drive10fFZt-fC3W8MXOBXnnxuSB…