עברית
Library

ט"ו תמוז, בקעמפ "גן ישראל"

ט"ו תמוז, בקעמפ "גן ישראל", שיחה ג

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

ג. געווים ווייסט איר אז דער בעל שם טוב נאך איידער דער האט געלערנט תורה מיט ערוואקסענע, האט ער אנגעהויבן לערנען תורה מיט קינדער, און ווי עם האט דערציילט דער רבי דער שווער - דער נשיא פון אונזער דור - וואס איצטער איז אין די דריי טעג פון זיין גאולה, וואס מ'האט אים באפרייט

נאך דעם נאך דעם וואס ער האט זיך פארנומען מיט פאר שפרייטען - 364 תורה צווישן אידן און מיט קינדער ספעציעל, און ס'האט ז'. אים דערפאר, ארלינגעזעצט אין תפיסה (פריזאן), און אזוי ווי ער איז געגאנגען מיט א שטארקע אמונה אין דעס אויבערשטען, האט אים דער אויבערשטער געראעעוועט און מ'האט אים באפרייט פון דעם פריזאן. און פון יעמאלט אן איז די טעג י"ב און י"ג תמוז און די טעג וואס נאך זיי, וואס איצטער איז דער דריטער טאג פון י"ג תמוז פון ו פרייטאג, פייערט מען די גאולה פון דעם רבי'ן, וואס דאס זאיז אויך א לייזונג אויף פירן זיך אין די וועגען וואס דער רבי האט אונז אנגעוויזן, וואס דאס זיינען די וועגן פון דעם בעל שם טוב. -

זדער בעל שם טוב ווען ער פלעגט לערנען מי די קינדער פלעגט ער זיי פירן אין חדר און לערנען מיט זיי שמע ישראל, זיי זאלן וויסן צו ענטפערן ברוך הוא וברוך שמו, אמן און אמן יהא שמי' רבא. דער בעל שם טוב האט דערנאך געזאגט אז די בעסטע יארן פון זיין לעבן וואס ער האט געהאט פון זיי פערגעניגען איז דאס געווען דעמאלט ווען ער האט געלערנט מיט די קליינע קינדער און האט זיי באגלייט אין חדר און דערנאך געפירט זיי פון חדר צו זיי אהיים. ד, דאס וואס מען האט אונז דערציילט די מעשה, איז דאס בכדי אז אלע אידישע קינדער זאלן געדיינקען אז דורך ענטפערן אמן יהא שמי' רבא א.א.וו. באגלייט זיי א הייליגע כח פון אויבערשטען און העלפט זיי גיין אין חדר געזונטערהייט און גיין צוריק פון חדר געזונטערהייט און

אין חדר אין חדר זייענדיג זאלן זיי מצליח זיין אין זייער לערנען.

הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Date
15 Tammuz 5720 (10 July 1960)
Id
rh-4j3g0ytr

Copies

Recent activity

#208 Sichos Kodesh ה'תש"כ (test year): machine reading, one page per sicha · approved

Sources

  • drive1jK6VPqukuvMHY09gvtRj-H…