עברית
Library

יום ב' דחה"ש

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

בס"ד. קטע משיחת חגה"ש תש"כ.

מען האט דאך גערעדט פריער (בתחילת ההתוועדות) אז איינע פון די מטרות צוליב וועלכע דער בעש"ט איז ארום געפארן איז געווען פדיון שבויים.

דער ענין פון פדיון שבויים אין אין רוחניות איז - מציל זיין די ניצוצות הקדושה וועלכע געפינען זיך אין יעדער זאך, ווי גערעדט פריער בשם הבעש"ט ע"פ לעולם הוי' דברך נצב בשמים אז אין יעדער זאך, איז דא א ניצוץ אלקי, נאר לפעמים איז דאך דער ניצוץ בהעלם ולפעמיםאויך בגלות, אויף דעם דארף זיין דער ענין פון פדיון שבויים.

וואס דאס טוהט מען אויף דורך יעדער עבודה שעפ"י שו"ע, אז מען איז פודה דעם ניצוץ אלקי וועלכער געפינט זיך אין גלות בגוף ונה"ב ובעולם, אז ער ווערט דער מושל ושליט אויף די זאך אין וועלכע ער געפינט זיך.

וואס דאס איז אויך וואס די גמרא פארבינדט ענינים שלמשלה מהטבע, אזוי ווי ענינים שבדוגמת קי"ס אויף וועלכן עס שטייט דער לשון קשה, מיט מצות פדיון שבויים, וויילע דורך דעם וואס מען איז פודה דעם ניצוץ אלקי, ווערט ער דער בעה"ב ושליט על הטבע.

וויבאלד אז מען דארף פודה זיין דעם ניצוץ וועלכער געפינט זיך אין טבע, דערפאר דארף דער צוגאנג צו פדיון שבויים זיין עפ"י טבע. וואס דאס איז דער טעם וואס דער בעש"ט איז ארומגעפארן אויף מאכן געלט פאר פדיון שבויים, כאטש ער איז דאך געווען א גרויסער בעל מופת, האט ער דאך לכאורה געקענט אויפטאן דעם פדיון דורך אן אנדער דרך, ועד"ז אויך די נשיאים שלאחריו זיינען אליין ארומגעפארן צוליב פדיון שבויים ברוחניות - וויילע דאס דארף זיין מיטן סדר פון טבע. ווי ס'איז שנת המאתים להסתלקות הילולא פון בעש"ט, וואלט געווען א גלייכט זאך אז יעדער זאל געבען צוויי הונדערט דולאר אויף פודה זיין די ניצוצות הקדושה ע"ל הפצת התורה בכלל ופנימיות התורה בפרט, וואס מען דארף האבן אויף דעם געלט, צוליב הדפסה, שילוח מדריכים ומשפיעים, והדומה.

ישיבה בחורים וואס בא זיי איז תורתם קבע כפשוטו, זיי זאלן געבען א חלק עשירי מהנ"ל. און בעה"ב וואס בא זיי איז דער תורתם קבע נאר אין נפש (כמשנ"ת בהמאמר) אבער ניט כפשוטו אין זמן, און בא זיי איז דאך אויך דער ריבוי כלים פון א דירה מיט מעבעל מיט א שמאטע אויפון פלאר, א שמאטע אויפון פענסטער מיט א רדיו וכוו;, וואס ס'איז דאך ידוע אז מצד ריבוי הכלים איז מיעוט האורות, זיי זאלן געבען צוויי הונדערט.

(השמטה בעמ' ב') אוןדער אויבערשטער וועט געבען מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה כמה פעמים ככה.

ס'איז דאך דא דער ענין פון מקולי בית שמאי ומחומרי בית הלל, וויילע אין

איז דא התכללות, איז בנוגט לענינינו: פאראן אנדערע וואס זיינען מקיל בנוגע דירה, זיי האבן ניט קיין אייגענע דירה וכו' נאר געפינען זיך אין א האטעל אויף גרייטע, איז אויך זיי דארפן מחמ'ר זיין בנוגע להנ"ל אויף געבען צוויי הונדערט. ולאידך גיסא, פאראן ישיבה בחורים וואס מצד עקמומית שבלב שלאפן זיי ניט אין דורמיטורי נאר זיי צאלן פאר א אייגענעם צימער, זיי גייען אליין צום שניידער אויף אכטונג געבען וואס פאר א פינטעלעך עס זאל זיין אין דער סחורה, צי קיילעכטיקע צי פיער קנטיקע, זיי גיבען אכטונג אז די פארב פון טיי זאל זיין מתאים מיטן פארב פון די זאקן, וכו' - זיינען זיי אויך בכלל בעה"ב וואס דארפן געבען צוויי הונדערט.

וויילע זיי האבן מורא אז בהעדר הנ"ל וועלן זיי פוגם זיין בהנהגות העולם ובכלל, איז בנוגע אלע ספיקות איז ידי על העליונה. .

(אחרי הפסק המשיך לומר): מען מיר איצטער מעורר געווען אויף נאך צוויי שאלות. א) צי מען דארף געבען אויך פאר די בני בית. ב) צי כל הנ"ל איז אויך פאר די וואס זיינען איצטער דא ניטא, איז דער ענטפער אויף די שאלות, און אויך אויף אלע שאלות וואס וועט זיין, אז צדקה איז א מצוה דאורייתא און ספיקא דאורייתא לחומרא. (המשטה בע' א')

זאל מען זאגן לחיים מיט א פריילעכן ניגון און געבען בשמחה ובטוב לבב און דער אויבערשטער זאל געבען. .

הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Date
7 Sivan 5720 (2 June 1960)
Id
rh-25ft9ce2

Copies

Recent activity

#208 Sichos Kodesh ה'תש"כ (test year): machine reading, one page per sicha · approved

Sources

  • drive1fOrMC6D6XMy0iGiIX81Gbw…