עברית
Library

יו"ד שבט

יו"ד שבט, שיחה ג

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

ד. ם האט פריער גערעדט אז מען דארף אויפוועקן דעם "ישראל" שבכאו"א, וואס דאס איז דער עצם הנשמה, וואס דערפאר גיט מען אויף דערוף דעם משל (ראה לקו"ש ח"ב ע' ו47) ווי נאך א התעלפות חזקה, וואס צו די כוחות הגלוים פון דער נשמה קאן מען שוין ניט דערגרייכן, מוז מען דאן אנקומען צו עצם הנשמה,

דער תכלית איז אבער ניט אז דער עצם הנשמה זאל זיין בתקפה דארט וואו זי איז, נאר דער ענין איז דאך אויף אראפ נעמען איר און ממשיך זיין איר אין אברי הגוף, ביז אין אבר הרגל, וואס ער איז דער אבר היותר אחרון, ביז וואנעט אויך אין עקב שברגל, וואס אויף דערוף זאגט ער אין אדר"נ (פל"א) אז ער ווערט אנגערופן דער "מלאך המות שבאדם", דערפאר וואס דאס איז דער ארט שאין בו חיות,

דאס איז אבער א מקום שאין בו חיות וואס איז א חלק פון דעם אדם . . החי, איז דאס גופא מאכט עם אויך פאר א חי, כאטש אפי' מצ"ע, מצד די ענינים גלויים שבו, איז דאס מער ניט ווי מות, אן קיין חיות,

און דאס איז דער אויפטו פון עצם הנשמה, אז ניט עס זאל זיין "לפני ה'" ווי "כל נשמתא ונשמתא הוה קיימא בדיוקנאה קמי מלכא קדישא" (ספה"ם השי"א ע' וו וש"נ), אפי' ניט ווי זי זאל זיין תחת כסא הכבוד, אדער נאך נידעריגער - אין דעם אוצר שנקרא "נוף", אדער נאך נידעריגער - אין כללות החיות שבאדם,

נאר דער תכלית איז אויפוועקן פון התעלפות - אז אלע רמ"ח אברים ושס"ה גידים זאלן אנהייבן ארבעטן ביי אים, ביז וואנעט אז דער "מלאך המות שבאדם" - דער עקב שברגל - זאל אויך ווערן א טייל פון אן אדם החי, אן אדם השלם, מיט זיין חיות,

וואס עד"ז איז אויך דער שלימות אין ענין הבעש"ס: ניט אז ס'זאל דערגיין מער ניט צו "ראשיכם שבטיכם" וואס דוגמתם בקומה האדם איז דער ראש ולב, נאר ס'דארף האבן אז ס'זאל דערגיין צו "חוטב עציך ושואב מימיך",

ך און כאטש אפי' ס'איז דא א סברא אז די נתינים שבימי משה האבן אויך ניט געדארפט קומען בקהל (ראה יבמות עט, א) אעפ"כ זיינען זיי אויך אריינגערעכנט אין די עשרה סוגים - ע"ד ווי די עשרה יוחסין וואס די משנה רעכענט אויס און איז מפרש אין סוף וחותם פון מסכת קידושין, אדי קידושין צווישן דעם אויבערסטן מיט אידן .

און אהינצו אין דעם עקב שברגל, ך וואס אין קומה שלימה פון דדי דורות איז דאך דאס דער דור פון עקבתא דמשיחא, וואס ס'זענען דאך דדא אלע סימנים וואס די משנה און ברייתא (סוף מם' סוטה) רעכענען אוים } וואס דאס איז דאך היפך החיות, איז די תכלית אז דער עצמשיה אוי זאל אויפוועקן, און דאס זאל דערגרייכן ביז אין ך עקבתא דמשי"", ביז אין } די עקבים כפשוטו, אז זיי זאל ער מאכן פאר א חלק פון דעם אדם השלם,

ווארום אן אדם קאן דאך ניט זיין קיין שלם אויב ער האט ניט דעם עקב, און דער עקב דארף אויך זיין בשלימות (ווי אן עקב איז, ניט ווי. א ראש און ניט ווי א לב),

וואס דאס איז דער תוכן דערפון וואס דער רבי איז מבאר בארוכה, אז ס'איז דא א מעלה ברגל לגבי הראש, און בריינגט אויף דערוף די דוגמא (ספה"מ תש"ט ע' 119) פון דעם עקב שברגל, וואס דעם עקב איז לייכטער צו שפארן אין מים רותחים און ביישטיין א נסיון,

ווארום כל זמן ס'קומט ניט צו א נסיון, האלט ער גאר אין א קו ההפכי, אבער בשעת ס'לומט צו א נסיון, איז אפי' א קל שבקלים עומד בנסיון, אבי ניט צוקומען צו כפירה, און ווען מען איז אים מסביר אז דאס איז א ענין פון כפירה, פועל'ט דאס ביי עם אז ער זאל זיין אזא עקב וואס איז משלים דעם ראש שבקומה שלמה זו,

וואס דערפון איז דאך פארשטאנדיק די שני ענינים הפכיים: מצ"ע איז ער אן עקב, וואס דאס איז א דבר שאין בו חיות לגמרין און מ'זאגט עם אז ער האט ביכולת נתהפך ווערן מן הקצה אל הקצה, דורך דערוף וואס דער וועט זיך צו בינדן צו דעם גוף, איז ניט נאר ער וועט ווערן אין זיין שלימות, די שלימות פון עקב, נאר עד איז דאך משלים א ענין וואס אין ראש איז דאם ניטא, און דער ראש דארף אנקומען צו דעם עקב.

ביז ווי עס שטייט דער צווייטער משל אין חסידות, אז ס'איז דא א מחלה ר"ל אין ראש וואס מ'קאן איר אנדערש ניט היילן סיידן דורך א תרופה וואס מ'גיט אריין אין עקב, ד.ה. אז דער ראש איז ניט געזונט, און ער ווערט געזונט דורך דערוף וואס ס קומט צו אין עקב,

און דערמיט איז פארשטאנדיק דער גודל ההשתדלות, און אויף וויפל ס'איז נוגע צו די אייגענע עבודה אין תומ"צ, דער ענין פון הפצת המעיינות חוצה,

ווארום דאס איז ניט נאר אז מ'גייט טאן א צווייטן א טובה, און ניט נאר אז מ'גייט ממלא זיין א ציווי פון דעם אויבערשטן, נאר דא איז אים נוגע צו זיין שלימות, (אויב ער האלט אין דער דרגא אז דאס וועט אים דערנעמען מערער ווי דער ענין פון מילוי רצווו של הלב"ה), איז עם נוגע (כדי ער זאל זיין דאס וואס ער דארף זיין) אז דער עקב פון דער קומה שלמה זאל זיין ווי א עקב דארף זיין, ווארום מצד זיין תכלית השלימות איז העכער פון עקב קאן ער ניט גיין, מאיזה טעם שיהי',

און וויבאלד אז דאס איז נוגע צו שלימות כל הקומה, איז דאך מובן וגט פשוט און ס' איז א זיכערע זאך אז אויב מ'זאל זיך נאר משתדל זיין וועט מען זיכער דאס קאנען משלים זיין, ווארום ס'קאן דאך ניט זיין אז שכינתא בגלותא און בנ"י בגלותא, און דאס זאל זיך אזוי פירן,

און עס קאן ניט זיין דער ארויסגיין פון גלות (ווי עד זאגט אין זהר. וכמבואר בארוכה אין קבלה) "עד דמטי רגלין ברגלין", ביז וואנעט דער בירור וועט דערגרייכן אז מ'וועט אוועקשטעלן די עקבים פון עקבתא דמשיחא ווי זיי דארפן זיין,

און ס איז א כלל אין בירור, אז מ'קאן ניט מברר זיין זיצנדיק ביי זיך אפגעשלאסן, דאס איז א עבודה פאר יחידי סגולה, וואס מ'מוז טאקע האבן א זהירות אז דאס זאל אים ניט ממשיך זיין למטה, נאר ער זאל דאס מעלה זיין למעלה, אבער סוכ"ס וועט ער מצליח זיין אויב ער וועט גיין ע"מ צו דורכפירן, כדי צו מציל זיין א נפש מישראל ניט צוליב אייגענע זאכן, .

און דערפאר איז ווי דער אלטער רבי שרייבט אין אגה"ק (סי' כ"ה). אז די תורות פון בעש"ט זיינען געזאגט געווארן אין אידיש, ניט אין לה"ק, וואס לכאורה איז דאס ניט פארשטאנדיק: פארוואס האט דער בעש"ט ניט געקאנט זאגן אין לה"ק?ס'איז דאך א ענין פון תורה, ובפרט אז מ האט דאס דערנאך מעתיק געווען און פארשריבן אויף לה"ק. ובפרט לויט דעם וואס דער אלטער דבי שרייבט אז "לא ידע לכוון הלשון בדקדוק", האט מען דאך געקאנט פארהיטן די אלע ענינים, און לכתחילה זאגן די ענינים אין לה"ק?

אבער דאס איז אויך א נקודה אין תפקידו של הבעש"ט, אז די תורה דארף זיין אין דזשארגאן, אין דעם לשון וועלכע ס'רעדט דער גוף ונה"ב, ביז צו די אנשים פשוטים,

און דארטן - אין דעם סיפור המעשה, אין דעם רמז, און אין דעם דבר פשוט (לכאורה), האט מען אפגעגעבן דעם אבן טוב של המלך, און מ'האט עס איינגעשטעלט אז ס'קאן זיין אפי' אז במשך הזמן זאל דערפון ארויס אז "לא ידע לכוון הלשון בדקדוק", א ענין שלא כדבעי, אבער דאם איז אלץ כדאי, כדי עס זאל זיך דורכפירן דער ענין עקרי - אז די תורה זאל געזאגט ווערן אין אזא לשון וואס דאס פארשטיין פשוטים שבעם, אן איבער זעצונגען און אן "המליץ בינותם", דאס גייט פון דעם עצם פון בעש"ט צו דעם עצם פון דעם אדם פשוט דורך דעם ממוצע המחבר וואס היא היא תורת הבעש"ט,

ביז ווי מ'פרעגט אויף היינטיגע סדרה, "ויהי בשלח פרעה את העם" איז דאך דער כלל אז "כל ויהי (איז דאך) לשון צער" (מגילה י, ב) - וואס איז דא דער צער אז מ'האט ארויסגעשיקט אידן פון מצרים?

איז מען מפרש, אז דערנאך שטייט "ופרעה הקריב" אז פרעה "הקריב את ישראל לתשובה" (שמו"ר כא, ה), איז אט דאס איז געווען דער צער, וואס מ' האט געדארפט אנלומען צו א מלך קשה כפרעה אויף מלרב צו זיין לבם של ישראל, אבער סוכ"ם איז דאך אזוי געווען, און ס האט זיך דערכירט צו דעס תכלית, אז מ'האט גענומען תורה, און "אנא נפשי כתבית יהבית" (שבת קה, א), מיט'ן אויבערשטן צוזאמען,

און כאטש אפי' דאס איז געקומען דורך "שלא לשמה", דורך "ופרעה הקריב", איז א צער איז דאס, אבער אויב ס איז ניטא קיין אנדער בדירה, גייט מען דורך דעם וועג, אבי מ'זאל לומען צום בארג סיני און דארטן זאל יעדערער שרייען און הערן דעם "אנכי ה"א" און "לא יהי' לך אלקים אחרים".

ס'איז דאך "כימי צאתך מארץ מצרים" אויך אין דעם גלות האחרון, אין דעם עקבתא, אין דעם אחרית הגלות, וואס דאן איז דאך אויך דער "מעמיד עליהם מלך שגזרותיו קשות כהמן" (סנה' צז, סע"ב), און ס איז מיט א כ' הדמיון, ווארום ס'איז דאך געווען ר"ל באופן מבהיל און מערער, אבער סוכ"ס האט דאס מקרב געווען לבן של ישראל, און איצטער פעלט אז מ'זאל אין זיי מעורר זיין דעם "קול דודי דופק", אז מ'זאל פאנאנדער , עפענען די אלע פתחים, אז פון דעם עצם הנשמה זאל אראפקומען אין מחדו"ם, וועט דעמולט זיין דער "אראנו נפלאות", בגאולה האמיתית והשלימה ע"י. משיח צדקנו, בקרוב ממש.

ה. צוה לנגן ואמר את המאמר ד"ה באתי לגני וגו'.

(שיחה ו' נדפס בלקו"ש ח"ו ע' 287. שיחה ז' נדפס שם ע' 304).

הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Date
10 Shevat 5720 (8 February 1960)
Events
10 Shevat
Id
rh-6gcm3tas

Copies

Recent activity

#208 Sichos Kodesh ה'תש"כ (test year): machine reading, one page per sicha · approved

Sources

  • drive1QpqPIpLfVLmx2x8e3Kk-uG…