נר ה' דחנוכה, שיחה להת' שי' - בעת מסירת דמי חנוכה
נר ה' דחנוכה, שיחה להת' שי' - בעת מסירת דמי חנוכה, שיחה א
א. ס איז ידוע דער ווארט פון די רביים וועגען נרות א חנוכה אז מען דארף זיך צוקוקן און לערנען זיך פון דעם וואס די לעכטעלאך דערציילן.
ולכאורה, מצוה פון נרות איז דאך ניט נאר בנרות חנוכה נאר אויך נרות שבת, אזוי אויך נרות ביו"כ און אויך נרות בביהכ"נ וכמ"ש באורים כבדו את הוי' וכתיב קדוש ה' מכובד וואס דאס גייט אויף יו"כ, וכמו"כ בזמן שביהמ"ק הי' קיים איז געווען מצות המנורה בביהמ"ק.
און פונדעסטוועגען א ציווי מיוחד אויף צוקוקן זיך און לערנען זיך פון די לעכטעלאך איז דאס ביחוד בנרות חנוכה דוקא, וואס דאס איז דאך א הוכחה אז אין נרות חנוכה איז דא א ענין מיוחד מיט וואס זיי זיינען אפגעטיילט פון אנדערע ונרות, אפילו פון נרות המקדש, כאטש אז עפ"י פשוט נעמען זיי זיך פון נרות המקדש כמסופר בגמרא אויף דער שאלה מאי חנוכה.
אויך עפ"י נגלה געפינט מען דעם חילוק פון נרות חנוכה מיט אנדערע נרות.
אויף נרות שבת שטייט דער טעם אז זיי זיינען צוליב שלום בית, ד.ה. אז נרות שבת איז ניט קיין ענין בפני עצמו, נאר אזוי ווי עס דארף זיין בשבת ביחוד שלום בבית דערפאר דארף מען צינדן נרות שבת בכדי עס זאל זיין ליכטיק וועט ער זיך ניט פארטשעפען כו' כמבואר בגמרא ומפרשים, הייסט דאך דאס אז נרות שבת זיינען ניט קיין תכלית פארזיך, נאר זייער ענין איז צוליב א זאך וועלכע ס'איז העכער פון זיי, אזוי ווי א טפל בשביל העיקר.
אזוי אויך נרות המקדש, פרעגט די גמרא וכי לאורה הוא צריך, ענטפערט די גמרא אז דאס איז א עדות לישראל שהשכינה שורה בהם, ד.ה. אז נרות המקדש זיינען ניט קיין ענין מצד עצמם נאר זייער ענין איז צוליב א העכערע זאך פון זיך, צוליב דעם ענין וואס השכינה שורה המאד בישראל, און די נרות דארפן מעיד זיין אויף דעם ענין העיקרי.
משא"כ נרות חנוכה געפינט מען מער ניט ווי א סיבה פון וואנענט זיינען געקומען נרות חנוכה, ווי די גמרא דערציילט אז זיי זיינען געקומען מצד דעם נס וואס ס'איז געווען בפך השמן, אבער א תכלית אן אנדערן, אז ליי אזאלן דארכן בריינגען און מעיד זיין עפעס אויף א אנדער ענין, דאס געפינט מען ניט בא נרות חנוכה, איז דאך א ראי' אז דער תכלית שטייט אין זיי אליין.
אס איז פראן מצות וואס זיינען א טפל וממוצע צו א העכערע מצוה, ביז אפילו בא תלמוד תורה שטייט אויך דער לשון גדול תלמוד שמביא ל'די מעשה, פראן אבער ענינים וואס זיינען כלשון הגמרא עבודה תמה, גמר עבודה שאין אחרי' עבורה, וואס אזוי אויך אין מצות זיינען דא אזוינע מצות וועלכע זיינען ניט קיין הכנה צו נאך א זאך נאר אין זיי אליין שטייט דער תכלית, וואס דאס איז די מעלה פון נרות חנוכה אפילו אויף נרות המקדש,
און דערפאר איז דא א לימוד מיוחד פון נרות חנוכה וואס מען קען דאס ניט אפלערנען פון אנדער נדות, ווארום דעס לימוד וועלכע מען לערנט אפ פון נרות אלס א תכלית בפ"ע, דאס קען מען אפלערנען פון נרות חנוכה דוקא.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 28 Kislev 5720 (29 December 1959)
- Id
- rh-wf40n0bn
Copies
Recent activity
Sources
- drive