עברית
Library

מקץ, זאת חנוכה

מקץ, זאת חנוכה, שיחה ו

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

או. עד"ז געפינט מען אויך בהל' ת"ת צוויי ענינים הפכים. צום אנהייב זאגט ער, אז די ערשטע זאך דארף מען לערנען די דינים אויף לדעת את המעשה אשר יעשון. דער נאך שטייט, אז מען דארף אפלערנען כל התורה כולה, גמרא,ספרא,מדרש ווי ער רעכנט דארטן אויס בפרטיות, אע"פ אז רוב חלקי התורה זיינען אים ניט נוגע למעשה, מ"ם זאל ער דאס לערנען פעם אחת עכ"פ, אע"פ אז פון לימוד פעם אחת איז דאך רובא דרובא וועט ער פארגעסען, מ"מ חיוב על כל אחד ללמוד את התורה פעם אחת, ווארום כאטש דא למטה וועט ער פארגעסען, וויבאלד אבער אז דאס רעדט זיך בענין התורה לשמה, ניט לידע את המעשה נאר לשמה, וואס דאס איז בחי' עתיק כנ"ל, איז דאך דארטן א ענין פון אין שכחה לפני כסא כבודך.

ז. עפי"ז וועט מען אויך פארשטיין מ"ש הרמב"ן בביאור דברי המדרש שלך גדולה משלהם, אז דאס גייט אויף נרות חנוכה, שאינן בטילות לעולם, און ער דערמאנט דארטן אויך דעם פסוק אל מול פני המנורה, און דערמאנט אויך דעם ענין פון ברכת כהנים.

איז דאך ניט פארשטאנדיק, וואס איז נוגע אהער ברכת כנהים? אויך וואס איז שייך דער ענין פון אל מול פני המנורה בא נרות חנוכה, דאס איז שייך בא נרות המקדש דוקא אז אלע זאלן זיין מול דעם נר האמצעי אבער וואס איז דאס שייך בא נרות חנוכה?

ועפ"ל הנ"ל יובן, ווארום עיקר מעלת נ"ח איז דאס וואס זיי זיינען בחי' עתיק, וואס מצד דעם אינן בטילות לעולם וויילע ס'איז העכער פון הגבלה, דבענין התורההוא בחי' תורה לשמה, ניט דער ענין וואס תורה טוהט אויף אין וועלט, שהוא בחי' זמירות דתורה כמבואר באגה"ק נאר עצם ופנימיות התורה, איז דאך דאס א ענין וואס כולה פנים. שאין בה אחור כלל. וכנ"ל אז אין דער דרגא איז ניט שייך קיין שכחה, וואס שמאל אחור ושכחה זיינען איין ענין, וואס אין עתיק זיינען די אלע זאכן ניט שייכות.

ועפ"ז וועט מען אויך פארשטיין וואס ער דערמאנט ענין ברכת כהנים, וויילע דאס איז דער זעלבער ענין, שהיא המשכת בחי' עתיק כנ"ל.

הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Date
2 Teves 5720 (2 January 1960)
Id
rh-7a4p4w3s

Copies

Recent activity

#208 Sichos Kodesh ה'תש"כ (test year): machine reading, one page per sicha · approved

Sources

  • drive1Cho2nptG6GLZvexh-ncqup…