עברית
Library

נשא, ט' סיון

נשא, ט' סיון, שיחה ט

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

י. ווי גערעדט פריער אז הכל הולך אחרי החיתום - אפשלוס, וונקתה ונזרעה זרע, זאגען רז"ל היתה יולדת נקבות תלד זכרים היתה יולדת בצער תלד בריוח. ד.ה. לויט די באוואוסטע ערקלער- ונג פון בעס"ט ז"ל אז ע"י הגוף דוקא טוט זיך אויף נאך א תוספות עילוי בהנשמה.

און אזוי אויך כפשוטו, איז די אשה עקרת הבית דארף

אופהייבן די גאנצע הויז, דער מאן מיט די קינדער כו', . אין אלע קוין פון תורה עבודה וגמ"ח. זי דארף מאנען בא דעם מאן אין דעם ענין פון מצות, כולל כמובן נתינת הצדקה, און זמן, דעם ענין פון קביעות עתים לתורה, ניט יוצא זיין מיט די שיעורים פון חת"ת נאר טאקע לערנען בריבוי, און אפהיטן די קביעות'ן.

בשעת עס קומט צו נתינת צדקה, קען דאך טענה'ן דער מאן אז ער האט קיין געלט ניט, ער דארף האבן פאר די צרכים און פאר די צרכים, פארן אין קאנטרי וכו' - אז אין שטוב זאל מען עסן נאר לחם צר ומים לחץ דאם ארט אים ניט אזוי, וויילע וואס עס טוט זיך אין שטוב ווייס דאך קיינער ניט. משא"כ אז ער וועט ניט פארן אין קאנטרי וועלן דאך אלע וויסן אז ער פארמאגט ניט קיין תרפ"ט אלפים און דאס איז דאך זייער ניט סיין.

- דער רבי דער ווער האט אמאל גערעדט מיט איינעם א סוחר (זיין מסחר איז געווען מיט האלץ) ער זאל לערנען תורה, האט ער זיך פארענטפערט אז ער האט ניט קיין קאפ צו לערנען. האט אים דער רבי געזאגט: ווי איז אויב איך וואלט געזאגט אז איר פארשטייט ניט אין מסחר פון האלץ, וואלט איר דאך געווארן אין כעם, געגעבן א קלאפ מיט דער טיר און ניט וועלן ריידן מיט מיר מער, און בשעת עס רעדט זיך וועגען תורה, זאגט איר אליין אז איר זייט ניט שייכות צו דעם - אן קיין בושה, ס'איז דאך אדרבה איפכא מסתברא -

איז דעם ענין פון די צוויי הונדערט דולאר

לקרן איך רייד איצטער בנוגע צדקה בכלל וואס דאס איז יסוד עבודת כל היום, וואס דאס דארף מען געבן אלע וואכען טעג ובפרט בערבי שבתות ויו"ט כו', איז בשעת דער מאן הייבט אן טענה'ן און מאכן חסבונות אז ער האט קיין געלט ניט, דארף אים די פרוי עקרת הבית זאגן, וואס איז די פעולה פון די אלע חשבונות, אפסר ביזטו גערעכט אין זיי, אבער דערוויילע טוהסט דאך ניט א מצוה וואס א מצוה איז דאך דער אויבערשטענס רצון, בעסער זאלסטו זיין ניט גערעכט און טאן דער אויבערשטענס ווילן און געבן צדקה בריבוי.

און אזוי אויך בנוגע קביעות עתים לתורה, בשעת דער מאן טענה'ט אז ער האט ניט קיין צייט און קיין קאפ צו לערנען, וויילע ער איז פארנומען און פאריאגט, צי ער איז פארנומען מיט עסקנות ציבורית צי ער איז פארנומען און פאר דאגה'ט פון עניניו הפרטים.

- עס שטייט דאך מרבה נכסים מרבה דאגה, איז מרבה נכסים איז גאר ניטא, ער האט גאר מיעוט נכסים אבער עכ"פ ניט קיין ריבוי, נאר וואדען, ער מאכט זיך אליין דאגות - דארף זי אים זאגן, וואס האט מען פון דיינע אלע חשבונות, אפילו אויב דו ביסט גערעכט, אבער דערוויילע לערנסטו דאך ניט, און זי דארף זעהן אז דער מאן, צי די קינדער צי די ברידער וכו' זאלן היטן זייערע סיעורים, איש לפי ערכו, צו וואס ער איז שייך. און דאס דארפן זיי אכטונג געבן סיי ביינאכט אז דער מאן זאל זיך ניט לייגן סלאפן כל זמן ער פארענדיגט ניט זיינע סיעוריס, אי, טענה'ט ער דאך אז ער איז סיי ווי

פארמאטערט און וועט אנטשלאפן ווערן אויפן ספר, דארף אים- 394 דדי פרוי מסביר זיין, אז בעסער זאל ער אנטשלאפן ווערן מיט א ווארט פון תניא אדער פון אן אנדער ספר ווי צו אנטשלאפן ווערן פון דאגות, און זעהן ער זאל זיך ניט לייגן שלאפן ביז ער פארענדיק ניט די שיעורים, און די זעלבע זאך אינדערפיר, דארף זי זעהן אז דער מאן זאל אופשטיין פריער און לערנען.

מען דערציילט אז אין פאקינג - איך בין דארטן ניט געווען אבער אזוי דערציילט מען - איז געווען א מנהג טוב אז מען פלעגט וועקן אלע אינדערפירי צום לערנען, ס'איז אבער ניט געווען ווי אין אנדערע ערטער אז דער שמס זקלאפט אן אין פענסטער און יוצא, צי יענער שטייט אויף צי ניט דאס איז שוין דעס שמש ניט געווען נוגע, נאר מען פלעגט קלאפן און קלאפן ביז מען האט יענעם ארויסגעסלעפט. אז מען האט געקלאפט פלעגט ער סוין במילא מוזן אופשטיין בכדי אז די בני בית זאלן קענען לכה"פ שלאפן. דאס איז געווען א סדר וואס מען פלעגט וועקן פון אויסווייניק. ווואס מען רעדט איצטער איז, מען זאל וועקן פון אינוויי- ניק, די פרוי, די סוועסטער וכו' זאל וועקן דעם מאן צי דעם ברודער ער זאל גיין צום לערנען.

מען דארף דאך דא יעדער ענין אויסטייטשן אויף אמשטרדאמער אותיות, כפשוטו הייסט עס, אז נשי ובנות חב"ד דארפן זעהן אופהייבן דעס גאנצן מצב פון צעירי חב"ד, אנשי הב"ד וזקני חב"ד, עס זאלן אויסוואקסן א דור פון לומדים, מקיימי מצוות נותני צדקה א.א.וו. אזוי ווי זיי האבן דאך א מרכז, זאל דער קאונסיל צושטעלן וויפל בלעטער

גמרא מען האט אפגעלערנט וכו'.

וע"י הנ"ל איז דאך אין מקרא יוצא מפשוטו, היתה יולדת נקבות תלד זכרים היתה יולדת בצער תלד בריוח, אז מען וועט ממשיך זיין השפעת כל טוב בבני חיי ומזוני רויחי.

הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Date
9 Sivan 5720 (4 June 1960)
Id
rh-j8e52473

Copies

Recent activity

#208 Sichos Kodesh ה'תש"כ (test year): machine reading, one page per sicha · approved

Sources

  • drive1xubPPGUuxzlLGxv3MXZzOz…