ליל ב' דחה"פ
ליל ב' דחה"פ, שיחה ג
ג. וויבאלד אז דער רבי האט דערציילט די מעשה צום סדר, איז דאך א ראי' אז דאס האט א שייכות מיט פסח.
אין פסח איז דא צוויי ענינים הפכיים:
א) אידן זיינען יעמולט געווען בתכלית העוני והשפלות. וכמבואר בכהאריז"ל דעם טעם אויף דעם וואס די גאולה ט האט געדארפט זיין כהרף עין, וויילע זיי זיינען געורען משוקע אין מ"ט שערי טומאה, און אויב עס וואלט גענומען נאך א וו"לע וואלט זיי אריינגעפאלן אויך אין שער הנו"ן, וואלט זיי משה רבינו ניט געקענט ארויסנעמען פון גלות. וואס פון דעם זעט מען דאך אז זיי זיינען געווען בתכלית השפלות.
ב) לאידך גיסא, איז יעמולט געווען דער גרעסטער גילוי, שנגלה עליהם ממה"מ הקב"ה בכבודו ובעצמו, וכפירוש אדמו"ר (מהורש"ב) נ"ע: בכבודו - מל' דא"ס, ובעצמו - ת"ת הנעלם, וואס אפילו בזמן שביהמ"ק הי' קיים ובכל דברי ימי ישראל אפילו בזמנים היותר טובים איז ניט געווען אזוינע הויכע גילוייים ווי ס איז געווען בשעת יצי"ם.
און ווען איז מען געקומען צו די הויכע גילויים - דוקא פון תכלית השפלות איז מען געקומען לתכלית המרחב. וכמ"ש מן המיצר קראתי, דוקא פון דעם קומט מען צו למרחב י-ה, ביז צום מרחב העצמי.
ס איז דאך כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות, איז דאך א הוראה אויך לימינו אלה.
בשעת מען זאגט איינעם אז אין איין וויילע ארום איז רעכט אז משיח זאל קומען, הייבט ער אן צו באטראכטן זיך, אין דעם מצב העולם בכלל ווי ס איז א חוסך כפול ומכופל און אין מצבו בפרט, און טענה'ט ווי קען דאס זיין אז אין איין וויילע זאל זיין אזא שפרונג פון תכלית דשפלות לתכלית המרחב,
וואס דאס איז דאך ניט מובן אין שכל הפשוט, אפילו ניט אין שכל אנושי, אפילו ניט אין שכל דקדושה,. זאגט מען אבער כימי צאתך מארץ מצרים אראנל נפלאות, אז מן המיצר דוקא קומט מען למרחב העצמי, ובמשך איין וויילע, פון תכלית העוני והשפלות וועט מען קומען צו תכלית המרחב להגאולה העתידה, וואס דאן וועט זיין נאך העכערע גילויים ווי ס זיינען געווען ביצי"ם, ביז אז ולא יכנף עוד מורך והיו עיניך רואות את מורך, אז בעיני בשר הגשמיים וועט מען זעהן עצמות.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 15 Nisan 5720 (12 April 1960)
- Events
- Pesach, night 2
- Id
- rh-c07gczr2
Copies
Recent activity
Sources
- drive