עברית
Library

שמות, מבה"ח שבט

שמות, מבה"ח שבט, שיחה ב

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

ג. ווי גערעדט אין די פריערדיקע התוועדות אז תורת אדמו"ר הזקן איז היא היא תורת הבעש"ט, מערניט וואס דער אלטער רבל האט עס אראפגעטראגן און מבאר געווען אין חכמה בינה ודעת דנה"א און דורך חכמה בינה ודעת דנה"ב, אז אויך דער נה"ב זאל דאס קענען פארשטיין, איז כמו"כ אויך ענין הנ"ל דא אין תורת הבעש"ט.

וכידוע תורת הבעש"ט ע"פ כי תראה חמור גו', כי תראה אז דו וועסט זיך איינקוקון חמור אין דעם חומר הגוף, וואסט דו זעהן אז שנאך, ער אזי דיינער א שונא, ער האט פיינט רוחניות ואלקות, וואס מצד דעם איז ער רובץ תחת משאו, אונטער דער משא פון תומ"צ, ד.ה. אז ער האלט תומ"צ פאר א משא, און ער וויל דאס ניט טראגן, איז אע"פפ איז ניט דער סדר אז די נשמה זאל ליגן אין ענינים רוחניים און דעם גוף צוברעכן דורך תעניתים וסיגופים, נאר דער סדר איז, עזב תעזב עמו, דלנען דעם אויבערשטן מיטן גוף צוזאמען.

נאר אין תורת הבעש"ט קען מען נאך האבן א טעות און מיינען אז דאס רעדט זיך מערניט ווי בענין הגוף, ד.ה. ענינים של דברי הרשות אבער ניט אין א ענין של רע, טייטשט דאס אויס דער אלטער רבי אין חסידות חב"ד, אז מען דארף באלייכטן אויך דעם רע, ווארום אויך אין אים איז דא א ניצוץ אלקי, בכדי צו מתקן זיין אים.

וואס דאס איז דאך א עבודה גדולה ביותר, וכדאי' בגמרא אז בכדי עס זאל זיין זדונות כזכיות דארף מען האבן תשובה מאהבה דוקא, ומבואר בתניא אז מען מיינט דאס ניט סתם תשובה מאהבה, נאר מאהבה רבה שצמאה נפשו להוי' בארץ עיפה כו'.

הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Date
23 Teves 5720 (23 January 1960)
Id
rh-gdgqxyc6

Copies

Recent activity

#208 Sichos Kodesh ה'תש"כ (test year): machine reading, one page per sicha · approved

Sources

  • drive1NRzUd1zLBT7aUgUUf-SHml…