עברית
Library

ט"ו תמוז, בקעמפ "גן ישראל"

ט"ו תמוז, בקעמפ "גן ישראל", שיחה יא

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

יד. און דערמיט איז אויך פארשטאנדיג די מעשה וואס דער בעל שם טוב האט אמאל דערציילט אז צו אים איז אמאל געקומען איינער פון זיינע גרעסטע תלמידים, וואס האט געהאט זייער א גרויסער קאפ און א ווארימע האדץ, ער האט אבער נאך ניט געוואוסט פון די וועגן וואס דער בעל שם טוב לערנט ווי אויפצופירן זיך, האט בא איס דער בעל שם טוב געפרעגט א שווערן ארט אין ספר עץ חיים, איינע פון די טיפסטע ספרים אין תורה, האט אים דער איד א גרויסער למדן און א גרויסער גאון, געזאגט דעם פשט וואס איז דארטען. האט אים דערויף דעם בעל שם טוב געזאגט אז ס'איז נאך ניט ווי עס דארף צו זיין, דער איד האט נאכאמאל ארומגעקוקט און נאכאמאל דורכגעלערנט די זאך און האט געזאגט אז דער פשט איז פארט אזוי, און אויב דער בעל שם טוב האט וואס צו זאגן אין דעם איז ער גרייט צו הערן. האט דער בעל שם טוב אנגעהויבן לערנען דעם עץ חיים מיט א גרויסע אנשטריי- נגונג און א גרויסער התלהבות און לעבעדיקייט ווי דער בעל שם טוב האט געקענט לערנען. און דאס איז געווען אויף אזויפיל אז דארט וואו עס ווערט דערמאנט וועגן מלאכים האט דער בעש"ט און דער תלמיד - וועלכער איז געווען דער מערזריטשער מגיד, דאס איז געווען נאך איידער דער מגיד

איז אזוי פון דעם לערנען זיינען געווארן מלאכים, און דער גאנצער צימער און הויז זיינען געווארן פול מיט ליכטיקיט.

נאכהער האט דער בעל שם טוב דערקלערט צום מגיד אז דער פשט האט ער געוואוסט, אזוי ווי ער האט אבער געלערנט דעם פשט אן גענוגע התלהבות און ניט מיט די גענוגע אנשט- ריינגונג פון די כחות פון זיין נשמה דערפאר איז דאס נאך ניט געווען דער ריכטיקער לערנען, אז מ'לערנט אבער מיט די גאנצע התלהבות צו וועלכע מ'איז פייאיג און מיט די גאנצע כחות מיט די גאנצע גוטע קאפ און גוטע הארץ וואס מ'האט, איז אט דער אופן לערנען ווערט אנגערופען דער לימוד התורה ווי עס דארף צו זיין.

הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Date
15 Tammuz 5720 (10 July 1960)
Id
rh-rdwvj1nh

Copies

Recent activity

#208 Sichos Kodesh ה'תש"כ (test year): machine reading, one page per sicha · approved

Sources

  • drive1jK6VPqukuvMHY09gvtRj-H…