עברית
Library

וישב, א' דחנוכה, מבה"ח טבת

וישב, א' דחנוכה, מבה"ח טבת, שיחה ב

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

ב. די הוראה כללית פון די חלומות איז:

בשעת א איד זעט עפעס א ענין אין וועלט דארף ער וויסן אז דאס קומט פון אים, און דאס איז א יסוד עיקרי אין עבודה, ניט ווי די וואס מיינען אז מען דארף נאכגיין נאך וועלט, אדער ווי די וואס זאגן אז בכדי צו קענען דורכגיין און האלטן זיך בא תומ"צ מוז מען זיך צופסטן צו דער וועלט - אדרבה, פון וואס קומט א מציאות אין וועלט, וויילע בא אים איז דא עפעס א תשוקה אדער א אפלייג אין אזא ענין, דערפאר קומט דאס ארויס אזוי אויך אין וועלט, נאר וויבאלד אז אין וועלט הערט זיך ניט אן פון וואנענט דער ענין איז געקומען, קומט שפעטער דער ענין צו אים און מאנט בא אים ער זאל נאכגיין נאך אים, כאילו ווי דער ענין מאנט מדעת עצמו, אבער דער אמת איז אז דאס קומט פון דעם אדם, ווארום ס'איז דאך בשביל ישראל שנק' ראשית, ובשעת דער אדם וועט דאס אומבייטן בא זיך, וועט עס במילא נשתנה ווערן אויך אין וועלט.

און דאס איז די הוראה פון חלומותיו של פרעה, פארוואס איז געקומען די ידיעה בענין שני שבע וכו' צו

פרעה'ן פרקה'ן דורך א חלום דוקאל דאס איז געלומען פון חלומותיו 9לן - של יוסף, מצד דעם וואס די ידיעה צו יוסף'ן בנוגע זיינע ענינים איז געקומען מלמעלה צו איס דורך א חלום, מצד איזה טעם שיהי' המבואר במ"א, דערפאר איז אויך די ידיעה צו פרעה'ן אויך געקומען דורך א חלום, וויילע יוסף איז יעמולט גלווען די נשמה כללית, אלה תולדות יעקב יוסף, ער האט אראפגעטראגן און ממשיך געווען אלע ענינים פון יעקב'ן זיי זאלן נמשך ווערן אין וועלט, איז וויבאלד אז בא יוסף'ן איז געווען אין א סדר פון חלומות, במילא איז אזוי איינגעשטעלט געווארן יעמולט דער סדר אין דער גאנצער וועלט, אז בשעת עס האט געדארפט זיין א ענין בא פרעה'ן וואס ער איז געווען א מושל במצרים ומושל בכיפה, איז דאס אויך געקומען דורך א חלום. וואס דאס איז די הוראה כללית, אז בשעת א איד זעט א ענין אין וועלט, דארף ער וויסן אז ניטא וואס צו נתפעל ווערן פון דעם, ווארוס דאס קומט פון אים, אדער דאס איז צוליב אים אויף לנסותו, און בשעת ער וועט ארויסרופן די ענינים בא זיך, וועט ער זען אז דאס איז א מציאות דמיוני, ווארוס ווי דער איד שטעלט זיך אוועק בא זיך, אזוי ווערט אויך איינגעשטעלט דער סדר אין וועלט.

הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Date
25 Kislev 5720 (26 December 1959)
Id
rh-001p3fr7

Copies

Recent activity

#208 Sichos Kodesh ה'תש"כ (test year): machine reading, one page per sicha · approved

Sources

  • drive1PXjj4Zk3-Kc8Nb0pjbbmP5…