עברית
Library

שלח, מבה"ח תמוז

שלח, מבה"ח תמוז, שיחה ד

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

ד. מען גייט דאך איצטער באלד צו זומער, וואס כפי הנהוג איז בזמנים אלו איז מען ממעט בלימוד התורה וכו', און מען איז זיך עוסק מערער בענינים הגשמיים פון בריאות הגוף וכו'. איז דארף מען מיטנעמען נתינת כח פון פריער, אז אויך דער זמן הקייץ זאל זיין כדבעי.

וואס די ביידע זמנים זיינען אויך בדוגמת מדבר און א"י. אין מדבר איז געגעבען געווארן די תורה ווי די גמרא זאגט דעם טעם אויף דעם, וויילע מדבר איז הפקר און אזוי אויך תורה איז כל הרוצה ליטול יבוא ויטול, משא"כ א"י נתחלקה לי"ב שבטים, ס'איז ניט קיין הפקר, און דארטן האט זיך אנגעהייבן די עבודה בענינים הגשמיים חורש וזורע וכו', איז פון די צייט וואס מען האלט בא תורה דארף מען מיטנעמען נתינת כח אויפן זמן פון עבודה בענינים הגשמיים, דוגמת דעם נתינת כח פון מדבר אויף א"י.

ווארום ס'איז דאך א דין בכל דרכיך דעהו. איז אפילו לדעת אלו וועלכע זאגן אז ימי הקיץ זיינען ימי חופש, איז דאך דאס אויך א ענין של עבודה, ווארום בכל דרכיך דעהו, נאר די עבודה איז אין א אופן פון חיזוק בריאות הגוף, אויף מאכן דעם גשמי פאר א כלי צו אלקות, וואס אויך מיט דעם דארף מען דאך דינען דעם אויבערשטן, וכמאמר הבעש"ט ע"פ כי תראה חמור גו' עזב תעזב עמו.

און אויף דעם דארף מען מיטנעמען א נתינת כה - י-ה יושיעך מעצת פון די וואס בלאנדז' ען און מיינען אז די וועלט איז טאקע א וועלט, ביז עס קומט ארויס אז מען מיינט אז אין בעה"ב יכול להוציא את כליו. דארף מען אפהיטן זיך פון דעם טעות, מען דארף וויסן אז די וועלט איז ניט קיין מציאות לעצמה, און אויך די גשמיות דארף מען מאכן א כלי אלקות.

הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Date
23 Sivan 5720 (18 June 1960)
Id
rh-sp6wv6fy

Copies

Recent activity

#208 Sichos Kodesh ה'תש"כ (test year): machine reading, one page per sicha · approved

Sources

  • drive18kjMH4lvES5pdeowvRMnKP…