עברית
Library

פורים

פורים, שיחה ז

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

ט. שוין אמאל גערעדט אז אין פורים זעט מען א דבר והיפוכו, מ'האט דאך

פריער גערעדט אז פורים איז דאס א נקודה וואס דאס איז למעלה מן הזמן,

וואס דערפאר שטעלט ער דאס ניט איין אין שבעת ימים, ווי ער זאגט אין מגילת תענית, נאר ס'מער ניט ווי יום אחד, און בפרט וואס דאס איז דאך אויכעט מובן אין שכל, וויבאלד אז דער מצות היום איז אין "עד דלא ידעי", בשעת ער טוט אויף מיט פורים ווי ס'דארף צו זיין כהלכתו, דאס הייסט "עד דלא ידעי", איז דאך דעמאלסט ארויס גענומען פון א שטח, סע'מערניט ווי אט דער נקודה אין וועלכע ער האט זיך פארלארען.

וואדוס כל זמן ס'איז דא א שטת מיט דער אורך ורוחב ועומק אדער גובה, איז דאך דאס א ענין פון מדידה והגבלה וואס דאס איז דאך דער היפך פון "לא ידעי".

וואס דערפאר האט דאך אין פורים ניט געדארפט זיין קיין חילוק זמנים. געפינען מיר דוקא ביי פורים, שטייט אז מגילה נקראת בי"א בי"ב בי"ג בי"ד בט"ו. דאס אז ניט נאר אז דאס האט זמנים, נאר דאס טיילט זיך אויכעט פאנאנדער נאך אין מקומות. און ווי דער משנה איז מבאר: אז פרזים ליינען אין י"ד, מוקפות תומה לייענען בחמשה עשר, וכפרים מקדימים ליום הכניסה וואס איז יום הכניסה אט דעמאלסט ווען מ'קלייבט זיך צוזאמען ביי יוס הקריאה בתורה ביום ב' אדער ביום חמישי, היינגט דאס אפ אן דער קביעות השנה, קאן דאס זיין אמאל דרייצען טעג אין חודש, אמאל צוועלף טעג אין חודש, ביז וואנענט אפילו אמאל באחד עשר, ביום י"א באדר.

וואס אין דערויף זעט מען אז ס'איז ניט נאר א חילוק אין זמן, נאר ס'ווערט אויכעט א חילוק אין מקום צווישן כפרים, עיירות, און מוקפות חומה. וואס לכאורה, איז דאך דאס ניט נאר ניט העכער פון דער חלוקה פון פסח וואס איז בשבע ימים, וואס דאס איז לכה"פ א חילוק מערניט ווי אין זמן, און פורים איז ממשיך סיי אין זמן, און אין מקום אויכעט. וואס אין קיין יום טוב איז דער חילוק פון מקום ניטא.

נאר היא הנותנת, ע"ד ווי מען האט גערעדט פריער אין דעס אלטן רבי'ס מאמר, אז פארוואס איז מגילת אסתר אינה בטילה, און פארוואס איז ימי הפורים איז זכרם לא יסוף מזרעם, דערפאר וואס דאס נעמט זיך פון א מקום היותר עליון דערגרייכט דאס אפילו אין מטה מטה ביותר, אפי' אין שושן בעולם וואס דארט איז נתעלם געווארן אלוקות אז אפילו אין כתבי קודש אין דער מגילה, קאן דאס אויך ניט דערמאנט ווערן בגלוי, מער ניט ווי ברמז בסופי תיבות אדער בראשי תיבות, איז דאס איז א הוכחה אז דארטן נעמט מען דעם. עצמות ומהות שלמעלה ביותר.

איז אט אזוי איז אויכעט, דוקא מצד דערויף וואס ימי הפורים איז פון אן ארט וואס דארט איז נצחיות אליין, וואס דערפאר איז זכרם לא יסוף מזרעם, נעמט דאס דורך ניט נאר די חלוקים בזמן, נאר אויך די חלוקות וואס ס'איז דא אין מקום, דאס הייסט אז אין יעדער מקום לפי ענינו טוט דאס דארטן הויף אז דארט זאל זיין דער נצחיות שלמעלה לפי ענין מקום זה בכל פרטיו. וואס דאס איז כאמור לעיל דער גדלות, דער עילוי און דער אויפטו וואס זס איז דא אין תורה, אז ניט אויפהייבען דער ערד אז מ'זאל ארויפגייען בשמים און דארטן מקבל זיין תורה, מ'זאל נעמען די תורה דא למטה מעשרה טפחים, און זייענדיק מיט דער יצה"ר צוזאמען זאל תורה דורכנעמען דעס יצה"ר, ביז וואנענט ס'וועט ווערען בכל לבבך בשני יצריך, דער . יצר טוב און דער יצר הרע.

וואס דאס איז דאך א עבודה נעלית יותר, ווי בשעת מ'האלט נאך ניט

- דערביי, און -

דערביי, און ער איז א צדיק גמור,אבער ער ארבעט מערניט ווי מיט זיין נפש האלוקית, און נפש הבהמית האט ער גארניט מצד איזה סיבה שתהי'.

וואס ע"ד זה איז אויך דער אויפטו פון פורים נאך מערער אפילו פון חנוכה, וואס דאס איז דאך אויכעט ערבים דברי סופרים יותר מדברי תורה, איז אט דאס דער מעלה חנוכה און פורים לגבי שלש רגליסבשוה, איז נאך דא א מעלה אין פורים לגבי חנוכה, אז דער עיקר אויפטו פון פורים איז אין "משלות מנות איש לרעהו ומתנות לאביונים" און מ'קאן ניט יוצא זיין וואס ער שיקט יענעם א דבר תורה,

לכאורה איז... אויף שלוש סעודות שטייט אז מ'איז יוצא אדער מיט עסען הערינג, אדער כביכול זאגען א דבר תורה, אויף פורים איז דער עצה ניטא, "משלות מנות" אלז דער ענין פון "מנות" און אזא מין וואס איז ראוי לאכילה, ביז וואנענט אז ס'איז דא א סברה אז ס'דארף זיין ראוי לאכילה אן קיין עבודה, וואס דערפאר איז דאך רויע פלייש איז א סברה אז מ'איז דערמיט ניט יוצא דעס ענין פון משלות מנות.

און אט דאס איז דער מעלה פון פורים לגבי חנוכה, ביי חנוכה איז דאך דער מצות הימים אין אנצינדן נרות, און מ'זאגט גלייך אז "אין לנו רשות להשתמש בהן אלא לראותן בלבד", דאס איז העכער פון דיר, דו דארפסט דאס אנצינדן, און דערנאך קענסטו מער ניט ווי קוקען אויף דעם אן קיין הנאה, דערנאך קאן דאס אראפ קומען ביז אין תפלה ותורה,וואס דאס איז דער ענ ענין פון להלל ולהודות. דער אויפטו פון פורים איז, אז מ'נעמט דעם עצמות שלמעלה און דאס טוט זיך אן אין "משלות מתנות איש לרעהו ומתנות לאביונים", און מ'גיט יענעם א פארטיגע זאך, אז אויב ער (פילט? אפילו?) ער ווייס ניט ווי צו מאכען פון רויע פלייש געקאכטע פלייש, גיט מען אים א פארטיגע זאך אז ער קאן דאס גלייך נעמען און ס'וועט ווערן דס ובשר כבשרו.

וואס האט געדארפט דוקא פורים דורכנעמען ניט נאר זמן נאר אויך אין דרגא היותר החתונה אין מקום, ביז זי זאל דערגרייכען אפילו אין כפרים. ניט דערפאר וואס דאס איז נידעריקער, נאר דוקא דערפאר וואס דאס איז העכער קאן דאס דורכנעמען כפרים אויכעט.

דאס הייסט אז אפילו אט די וואס זיי דארפן אנקומען צו א העכערן פון זיך, וואס יענער לעבט אין א גרויסע שטאט, אדער ער געפינט זיך אין א מוקף חומה, איז אעפ"כ איז צו איס קומט אראפ דער מגילה בכל עניני', און ו דארטן ווערט זי געלייענט מיט אלע פרטים שבה פונקט ווי זי ווערט געלייענט אין די עיירות מוקפות תומה.

דערביי איז די גמרא מוסיף אבער נאך אן ענין, אז פארוואס איז דאס אזוי ביי די כפרים, דערפאר וואס זיי זיינען מספק מזון לאחיהם שבעיירות וכרכים. מ'זאל ניט מיינען אז וויבאלד אז ער געפינט זיך אין כפר איז ער מערניט ווי א מקבל, און ער דארף זיך פילען אראפ-געפאלן לגבי די עיירות און מוקפות חומה, זאגט מען אז פון וואנענט איז דער קיום פון די פרזים און מוקפות תומה, דערפון וואס די בני הכפרים איז מספקים מזון צו די וואס זיי געפינען זיך אין די שטעט און אין די מוקפות תומה. דאס הייסט, דאס איז ע"ד ווי דער רבי זאגט אין דער המשך פון דער הילולא,

אז דער נצחון ווערט דורכגעפירט ע"י אנשי חיל כפשוטן, ע"ד ווי אין א מלחמה כפשוטה, ווער שלאגט זיך און ווער איז מנצח דער שונא דעס אויב,

אט דער וואס שטייט אין די התקפות און ער שטעלט זיך איין בסכנה, נאר . דערנאך מצד כמה סדרים ווערט דער נצחון אנגערופן על שם המפקד וראש החיל. אבער ווער פירט דורך איז דאס די צבאות הוי' דער אנשי צבא, דער אנשי חיל אשר נגע יראת ה' בלבם.

פורים איז מען געוויינט אז מ'זאגט א פורים תורה אויכעט, דאס הייסט

ניט אין גאנצען אויסהאלטן, אבער וויבאלד אז דאס ווערט אנגערופן אין דעם תואר, האט דאס א יסוד, און אן אמת'ן יסוד. ס'געווען אין תש"חהאט דעמאלסט דער רבי דער שווער פארבראכט י"ט כסלו. (אמר משהו בלחש). . און האט דעמאלט גערעדט אז י"ט כסלו איז דאס א ענין פון דער אלט'ן רבי'ס גאולה, וואס לאחרי הגאולה זאגט מען דאך אויף דערויף אז "מה הזית הזה אינו מוציא את שמנה אלא ע"י שכותשין אותה",אט אזוי האבן די נשיאים געזאגט אויפן אלט'ן רבי'ן אז לאחרי שכותשין אותו, נאכ'ן ארויסגייען פון פעטערבורג, איז אט דעמאלסט געווען דער נתינת השמן ביתר שאת וביתר עוז, האט אויך דער רבי גערעדט וועגן דער כללות העבודה פון'ם אלטן, רבי'ן.

און האט געזאגט אז דער אלטער רבי האט זיך מוסר נפש געווען אויף דריי זאכען: ער האט זיך מוסר נפש געווען בנוגע לעבודתו שלו,.

זיך מוסר נפש געווען אויף תורה און מצות, (אט דאס איז שוין - הייסט דאם - אויפן אויבערשטען, דערנאך אויף תורה און מצות וואס תורה און מצות ניצן צוזאמען און זיי ווערן גערעכנט פאר איינס).

און האט זיך מוסר נפש געווען אויף ארץ ישראל.

און האט מסיים געווען, וכידוע אז דער אלטער רבי האט געשיקט און אויסגעהאלטען רבותינו וואס זיי זיינען געווען בארץ הקדושה אין ארץ ישראל.

דדאס האט דער רבי דעמאלט ניט געזאגט, אבער דער קישור מיט י"ט כסלו איז, אז איינער פון די מסירות וואס ס'איז געווען אויפן אלטן רבי'ן צוזא גוי אז ער שיקט געלט אין א"י. נאר וואס דען דער מסירה איז געגאנגען אצו א גוי, איז דער גוי האט דאס אויסגעטייטשט אז דאס מיינט מען טערקיי, דער אלטער רבי האט געשיקט צו די וואס זיינען געפארען פון תלמידי הבעש"ט און תלמידי המגיד נאך אין תקל"ז, און האט געשיקט אהין צו סכומים הכי גדולים, און אט דאס האט מען אויכעט אריין געשטעלט אין מסירה.

כאמור לעיל ווי מען האט פריער גערעדט אז א גוי איז ניט קיין בעל בוירה, בשעת א גוי נעמט אן א ענין, איז דאס א סימן אז דער ענין האט ערגעץ- וואו א יסוד למעלה.

בשעת דער גוי - אין פעטערבורג - האט אנגענומען דער מסירה אלס א ריכטיגער זאך, אז דער אלטער רבי וויל אויפשטעלען א מלכות אין א"י, און דערפאר שיקט ער אהין-צו געלט, און עד וויל דארטן ווערען א מלך, איז דערפאר וואס בפנימיות הענינים איז דאס אזוי געווען, דער אלטער רבי האט געוואלט אייננעמען א"י, און האט געוואלט אז דארטן זאל ווערען דער מלך דער יפוצו מעינותיך פון תורת החסידות וואס דאס אלז דאך דער פנימיות למטהינו תורת חיים, וואס איז דאך דער הכנה און דער כלי אויף האבן משיח'ן למטה מעשרה טפחים,

האט דער אלטער רבי, דורך שיקן אהין צו און אויפהאלטן דארטן תלמידי הבעש"ט און תלמידי המגיד וחביריו, און מ'זאל דארטן לערנען פנימיות התורה, ואט דאס געדארפט אויפשטעלען דער מלכות אין א"י, און חסירות זאל דארטן ווערען מלך.

וואס דער מציאות פון'ם אלטן רבי'ן איז דאך וואס צדיקים דומים לבוראם, אין וואס זיי טוען איז אט דארט זיינען זיי אינגאנצען אין זיין תורה, איז אט דאס איז דער מציאות פון'ם אלטען רבי'ן.

דאס הייסט אז ווען חסירות ווערט א מלכות אין א"י, איז דאס וואס דער אלטער רבי איז געווארן מלך אין א"י.

און אט דאס איז דער פנימיות המסירה, איז דאס געווען כולו אמת, נאר וואס דען עס האט זיך ניט גערעדט וועגען טערקיי, און ס'האט זיך ניט גערעדט וועגען בני ישמעאל, דאס האט זיך גערעדט אז דער אלטער רבי האט אהין-צו געשיקט סיוע גשמי ורוחני כדי מ'זאל אייננעמען און אויפבויען דארטן א"י, מיט א מלך בישראל, וואס דאס איז מלך המשיח וואס דאס קומט אראפ ע"י תורתו של הבעש"ט "יפוצו נותיך" ביז דאס וועט צוקומען אין "חוצה".

און ווי דער רבי האט דעמאלסט געזאגט י"ט כסלו, איז דאס געווען אין אן אופן פון מסירת נפש. און ער האט גערעדט די אלע דריי זאכען צוזאמען, דער אויבערשטער, מיט תורה ומצות, מיט א"י, דערפאר וואס דאס איז כולה חד, איז דער דירה לו ית' בתחתונים פירט זיך דורך, דורך אידן ע"י התורה והמצות, וואס דעמאלט ווערט דער דר בדידה מיט דער דירה, איז דאך הוא ודעתו אחד, איז דאך עד"ז בכל עניניו ווי גערעדט אין מאמר אז ס'ניט א-ל העולם, נאר דאס איז א-ל עולם, דאס ווערט עצמות ומהות ווארוס ס'איז אין עוד מלבדו.

אט דאס איז געווען י"ט כסלו תש"ח, דערנאך אין א שטיקל צייט ארום איז דארט נתייסד געווארן כפר חב"ד. וואסדער נאמען איז דאך געווען בידיעה ובהסכם פון דעם רבי'ן דער שווער, איז דאך אין דערויף דער דיוק ניט נאר חב"ד, נאר אויך דער ענין פון כפר.

וואס לכאורה איז, א כפר, בשעת ער דארף אנקומען צו עזר וסיוע, דארף ער גייען אין פרזים, און טאמער איז נאך א גרעסער עזר וסיוע גייט ער אין מוקפים חומה, אבער דער תפקיד פון דער כפר איז, אז ער איז מספק מזון וומים, אט דאס וואס מ'דארף האבן לאחינו וואס געפינן זיך אין די עיירות און מוקפות חומה.

דאס הייסט, אז אט דער אויפטו פון פורים, וואס מ'האט גערעדט פריער, אז ס'דארף זיין דער ענין פון מזון און מיט, נאר אין דער מזון און מיט דארף ווערן דער ענין נצחי, ניט אזוי ווי אין יום הכיפורים האט מען דאס אויסגעפירט אין חמשה עינוים, נאר וואס דען אין פורים טוט מען דאס אויף אין "משלוח מנות ומתנות לאביונים", אט דאס איז דער תפקיד פנימי פון דעד כפר חב"ד ווי דער רבי האט אים געשטעלט, אז זיי זאלען מספק זיין מזון און מים רוחני, אדער ווי אין אותיות ווי מ'האט דאס לעצטענס אריין געשטעלט, אז ממנו יפוצו מעיינות ביז וואנענט דאס וועט דערגרייכען חוצה.

וואס אט דערפאר איז אויכעט דער דיוק, עס האט געקאנט הייסן: כפר חב"ד, און מושב חב"ד, און יישוב חב"ד, מיט פארשידענע ערליי נעמען, האט מען גענומען אט דער נאמען, וואס אויף דער נאמען איז מעיד די גמרא וואס דער אויפטו איז,

און אט דאס טוט אויף אויכעט אז מ'זאל קאנען לייענען די מגילה, בי"א בי"ב בי"ג.

דאס הייסט דאס איז נאך א גרעסערע אויפטו פון דער ענין פון ערבים דברי סופרים. מצד דערויף ווי ס'שטייט אין מגילה בגלוי, איז דא דער זמן פון פרזות וואס דאס איז בי"ד באדר, ס'דא דער זמן פון מוקפות חומה, וואס דאס איז חמשה עשר באדר.

און דערנאך זיינען געקומען די חכמים, און האבן מתקן געווען און מוסיף געווען, אז מ'דארף דערזען אז די עיירות און מוקפות חומה זאלען האבען וואס זיי דארפן האבן, האבן רבנים די כח אויף ממשיך זיין די קריאת המגילה אין אזוינע טעג, וואס מצד עצמם איז דאך דעמאלסט דארף זיין א ענין של תענית און א ענין של חול, פארשידענע ערליי ענינים וואס לכאורה שטימען זיי גיט לגמרי מיט דער ענין פון פורים און קריאת המגילה.

נאר אט דאס איז דער כח פון חכמים ע"ד דער כח פון מנהג, וואס דאס איז נאך העכער פון מנהג סופרים.

בהנוגע צו פודים האט מען דאך פריער גערעדט, אז ס'דא דער ענין פון אורה זו תורה ושמחה זו יו"ט וששון זו מילה ויקר אלו תפילין, ווי תושבע"פ פארטייטשט דאס, האט אבער תושבע"פ ארויסגעגעבען א כלל, אז אין מקרא יוצא מידי פשוטו. :

ווי וועט דאס שטימען ביידע זאכען צוזאמען? נאר אט דאס איז וואס ביי אידן איז, אז דערפון וואס א איד בחייו הרוחני פירט זיך מיט'ן סדר פון "בחוקותי תלכו ואת מצותי תשמורו", קומט ביי איס אראפ אין חיים הגשמיים "ונתתי גשמיכם בעתם ונתנה הארץ יבולה ועץ השדה יתן פריו".

און דאס איז ניט צוויי באזונדערע זאכען, דאס איז א משל מיט א נמשל, דאס איז א פנים מיט א פנים דפנים, וואס אזוי איז דער כללות ענין הגשמיות איז דאס ווי רוחניות ווערט אין א נידעריקער מדריגא ווערט דאס גופא גשמיות, ווי דער אלטער רבי איז מבאר בארוכה, אז דערפאר ווערט תורה אנגערופן ומשל הקדמוני, די ענינים ווי זיי שטייען אין תורה שטייען זיי אויך למעלה, נאר וואס דען דאס איז א ארי' למעלה ווי ער איז אין כסא הכבוד, דערנאך איז דא א ארי' אין עולם העשיי', ביז וואנענט עס קאן אראפקומען אן ארי' אין לעומ"ז.

און עד"ז אויכעט, אז אויב מ'האט אורה ושמחה וששון ויקר כפשוטו, ווי אזוי קאן מען דאס ברענגען אין דרך מלמעלה למטה, איז בשעת ס'דא תורה איז דאס דערנאך ממשיך אורה כפשוטה אז ס'ווערט ליכטיג בכל הענינים, און אט אזוי אויכעט פון ששון שמחה ויקר ברוחניות, איז מען ממשיך די ענינים בגשמיות. .

האט זיך אבער גערעדט אין מאמר, אז ס'דא דער דודי שלח ידו מן החור, אז מ'רעכנט זיך ניט מיט אלע חשבונות, אפילו ניט די חשבונות פון ב"ד של מעלה, און מ'טוט אלע ענינים אבי ארויס צוהעלפן א אידן אז עד זאל ווערן אחותי און דערנאך רעיתי און דערנאך יונתי און דערנאך תמתי, איז רעכנט זיך ניט דער אויבערשטער מיט די אלע סדרים און ער הויבט אן מיטן צווייטען סדר, ווי מ'לערנט מיט אקינד, לערנט מען דאך ניט דער פשט אין מגילה דערנאך דער פירוש הפשוט, דערפאר וואס דאס איז ניט לפי שכלו, דער סדר מיט א קינד איז א סדר הפוך, מצד דערויף וואס ער קאן נאך ניט פארנעמען א דרשה גיט מען פריער דעס איינפאכן טייטש, און דערנאך ווערט ער שטארקער דורך דער איינפאכער טייטש, מתפתח, גיט מען אויך דער רמז און דרוש שבכתוב.

אט אזוי איז אויכעט בהנוגע אט די וואס מצד עבודה אדער מצד צוק העתים אדער מצד איזה סיבה שתהי' קאן מען נאך ניט דערגרייכען צום עילוי אין מעמד ומצב הרוחני, גיט זיי דער אויבערשטער מצד דערויף וואס שלח ידו מן החור, דעס אורה ושמחה וששון ויקר אין אלע ענינים גשמיים,

און אט דעמאלט ווערט מקויים ווי דער רבי האט געזאגט, אז דער אויבערשטער זאל געבען אזדן גשמיות, וועלען דעמאלט אידן באווייזען ווי אזוי מען קאן מאכען פון גשמיות רוחניות.

און אט אזוי איז אויכעט, נאך דער שיחה פון י"ט כסלו תש"ח, איז דאך

דעמאלט נתייסד דער כפר חב"ד בארצינו הקדושה תבנה ותכונן במהרה בימינו ע"י משיח צדקינו, איז אט דעמאלט די תקופה פון כלהתחלות קשות איז מען זיכער שוין דורכגעגאנגען, איז איצטער אט דאס וואס אידן דארפן מאנען, און ופורים איז דאך א עת רצון אויף אויפמאנען, אז דער אויבערשטער זאל זיך פירן מיט'ן סדר, פריער דער ונתתי גשמיכם בעתם, דער אורה שמחה וששון ויקר בכל הענינים כפשוטם, און דערנאך איז א זיכערע זאך אז דערנאך וועלן זיי אויפטאן דער ענין פון אורה ושמחה וששון ויקר בענינים הרוחניים, און אט אזוי זאל דערנאך זיין ולכל בני ישראל בכל מקום שהם, .

אז ס'זאל זיין דער סדר פריער דער "השיבנו" און דערנאך "ונשובה" אין רוחניות, און אט אזוי אויך אין גשמיות, אז מ'זאל תשובה טאן מתוך רב טום ומתוך "זהב הבאתי להם", און מ'האט דאס אויסגענוצט אויף בויען א מקדש לו נית', ניט כלשון הכתוב,

און אט אזוי אויכעט דער כל הענינים שבאורה ושמחה וששון ויקר, זאלן דאם אידן בכל מקום שהם אויסניצען בכל עניניהם אין בני חיי ומזוני רויחי, וואס דערנאך וועט זיין ע"ד ווי דער רמב"ס שרייבט אין סוף הל' מלכים און אין סוף הל' תשובה, אז מתוך מנוחת הדעת וועט מען זיך קאנען עוסק זיין אין החכמה והדעת, ביז וואנענט אז ס'וועט ווערן כמים לים מכסים, וואס דאם איז דער ענין פון יפוצו מעינותיך חוצה כפשוטה, און דערנאך ממשיך זיין דער נמשל שבדבר - תורתו של משיח, וואס ער וועט מלמד זיין את כל ישראל בעגלא דידן.

אט דאס איז ביז איצטער דער דרשה בהנוגע צו דרשת פורים, און בנוגע צו כל השנה כולה, אז דער אויבערשטער זאל זיי דארטן געבען דעם אמת'ן וופרצת, זאל צוקומען די אלע שיכונים וואס זיינען דא אויף פאפיר, זאלן אראפ אין פועל, און די וואס זיינען דא אין מחשבה זאל'ן אראפ אין דיבור און אין מעשה, און די וואס זיינען קודם המחשבה זאל'ן זיי איבערשפרינגען וכל הענינים, און עס זאל צוקומען אין מדלג ומקפץ ביז וואנענט עם וועט ווערן דער אמת'ר התרחבות כפשוטה, און דערנאך וועט דאס ממשיך זיין זיכער א התרחבות בכל הענינים הרוחניים, אז ביי זיי וועט זיין דער "ופרצת ימה וקדמה וצפנה ונגבה" און דערנאך וועט מען אויפטאן בנוגע צו עמי הארץ "ונברכו בך כל משפחות האדמה ובזרעך", -

אז אפילו אין דעס זרע פון רבותינו נשיאינו, אבער דאם איז דאך א זרע בחיים, מיט א לעבעדיקייט און מיט א התלהבות און מיט א ברען, טוט דאם אויף אז אף הוא בחיים, און דאס פועל'ט דער "ונברכו בך" אז אויך כל עמי הארץ - אז די שוועריקייטן, די העלמות והסתרים וואס מ'האט פון עמי הארץ - זאל דאס זיין היו כלא היו, און עם וועט זיין ולכל בני ישראל הי' אור במושבותם כפשוטו, אין א אופן פון אורה ושמחה וששון ויקר, לחיים.

הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Date
14 Adar 5720 (13 March 1960)
Events
Purim
Id
rh-9wzbht9z

Copies

Recent activity

#208 Sichos Kodesh ה'תש"כ (test year): machine reading, one page per sicha · approved

Sources

  • drive1TM8u02YD_mhyj30nG8ZTXI…