ליל ד' דחה"ס, ב' דחוה"מ, שמב"ה
ליל ד' דחה"ס, ב' דחוה"מ, שמב"ה, שיחה יג
יז. ועפי"ז וועט מען פארשטיין מעלת הלולב על האתרוג, דהגם אז אתרוג האט ביידע מעלות, אבער מצד דעם אליין וואס ער איז זיך עוסק במצות בחלקו, און האט צוטאן מיט וועלט,
שטייט ער ניט אין דער איידלקייט אזוי ווי א לולב וואס האט לגמרי ניט צוטאן מיט וועלט און כל ענינו איז תורה.
ווארוס הגם אז כל ענינו פון דעם אתרוג אין עולם איז מער ניט ווי קיום המצות און דורכפירן שליחותו של הקב"ה, פונדעסטוועגען איז בשעת מען גייט פארביי א בורסקי איז לא ימלט אז ריחו קלט, וואס דערפאר דארף ער האבן שפעטער א זיכוך ובירור, סיידן אויב ער איז אזוי ווי דער שזקף עשר אצבעותיו ואמר שלא נהניתי כו'. עכ"פ שטייט ער אניט אין די איידעלקייט אין וועלכע עס שטייט דער לולב, וואס האט לגמרי ניט צוטאן מיט וועלט.
און דערפאר איז בשעת עס קומט צו א ברכה, וואס ענינה איז ברכה והמשכה מלמעלה, איז דאס דורכן לולב דוקא, ווארום מצד זיין איידעלקייט איז ער נעענטער צו למעלה פון שאר המינים, אפילו פון אתרוג, ולכן ההמשכה היא על ידו דוקא.
וואס ער איז ממשיך די שמחה מלמעלה בכל הד' קצוות ומעלה ומטה, וואס דאס איז דער ענין הנענועים כידוע.
(וסיים כ"ק אדמו"ר שליט"א:) אזוי ווי דא איז פראן ישיבה-בחורים, וואס זייער ענין איז דאך לולב, זיי דארפן ניט האבן צוטאן מיט קיין ענין ומסתמא האבן זיי ניט צוטאן מיט קיין ענין, די ענינים הגשמיים המוכרחים זיינען בא זיי נאר בדרך טפל, און זייער ענין איז בד"א של הלכה - נגלה דתורה - מיט הקב"ה - פנימיות התורה, וואס אין פנימיות התורה איז אלקות בגילוי - זאלן זיי זאגן א פריילעכן ניגון, וכלשון הרמב"ם להרבות בשמחה,
אוץ ויישר און זייער קול זאל זיך הערן ביחוד, און דאס זאל זיך אריבערגיסן אויך צום אתרוג, הדס וערבה,
איח. מען האט דאך שוין גערעדט (בשיחת יום ב' דחגה"ס)
וועגען דעם ספר צוואת ריב"ש, וואס ווי דער אלטער רבי זאגט אין אגה"ק אז אין זה צוואתו ולא ציוה כלל, און ער זאגט אויך אז לא ידעו לכוון הלשון על מתכונתו, אבער מ"ם דער תוכן הדברים איז אמת און ניט סתם אמת נאר אמת לאמיתו, און מען האט מבאר געווען (בשיחה הנ"ל) די התחלת הספר "שיהי' תמים בעבודתו ית' עבודה חמה".
נאך דעם זאגט ער: "ועיקר שלא ישכחו הדברים" דארף מען פארשטיין וואס איז דא דער אויפטו, און וואס ער זאגט ז אויף דעם "ועיקר". און דער לשון ועיקר ווייזט אז דאס איז ניט סתם א ציוויי נאר דאס איז א ענין עיקרי פון וועלכן עס ווערט נמחעף כמה ענינים. נאר מערער, פון דעם וואס ווייטער רעכענט ער אוים נאך כמה ענינים אויף וועלכע ער זאגט "ועיקר", איז דאך פארשטאנדיק אז דער עיקר פון לא ישכחו הדברים איז אן עיקר פון וועלכן עס ווערט נסתעף ענינים עיקריים, ווארום כל הקודם איז מערער עיקר כללי הכולל ועיקר להפרטים שאחריו,
פון דעם לשון "שלא ישכחו הדברים" איז מובן צוויי ענינים: א) עס רעדט זיך וועגען אזוינע זאכן אין וועלכע עס איז שייך שכחה, דערפאר דארף מען באווארענען מען זאל אניט פארגעסן. ב) וויבאלד אז מען מאנט, ואין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו איז דאך זיכער אז ס איז אזוינע זאכן אין וועלכע מען קען אויספירן אז לא ישכחו.
והנה עניני העולם זיינען מוכרחי השכחה. וכידוע הכלל אז כל הוה נפסד, ד.ה, אז יעדער זאך שקדמו ההעדר קען וער ניט זיין קיין נצחי (אם לא ברצון הבורא), היינט חיבאלד אז ס'איז אזא זאך וואס האט קיין קיום ניט, איז דאך אי אפשר אז ער זאל ערגעץ וואו אין זכרון בלייבן אייביק, ווארום דער מסובב קען דאך ניט זיין שטארקער פון אים אליין און ער איז דאך א נפסד.
דזהו מה שאמרו רז"ל חזקה על המת שישתכה מן הלב, וואס כללות הנבראים האבן דאך מצד עצמם קיין חיות ניט און זיי דארפן שטענדיק אנקומען צום דבר הוי' ער זאל זיי מהוה זיין, כמבואר בשער היחוד בשם הבעש"ט, איז דאך דער דבר הוי' דער חי, אבער די נבראים אליין האבן קיין חיות ניט, ובמילא זיינען זיי מוכרחי השכחה, ווארום חזקה על המת שישתכח מן הלב.
די איינציקע זאך אין וועלכע עס קען זיין העדר השכחה איז דאס אין תורה, וויילע תורה איז ניט קיין ענין פון הוה נאר חכמתו ית', איז וויבאלד אז ניט קדמו ההעדר, האט עס א קיום,
וכמבואר בהל' ת"ת לאדה"ז בפירוש הכתוב אין שכהה לפני כסא כבודף, אז ביז כסה"כ ועד בכלל איז שייך שכחה, נאר לפני כסה"כ איז אין שכחה. ווארום ענין כסה"כ זאגט דער רמב"ם אין מו"נ אז די בריאה נעמט זיך פון כסה"כ, ומתאים להמבואר בסה"ק ובחסידות אז כסה"כ איז בבריאה, דערפאר איז דארטן שייך שכחה, משא"כ למעלה מכסה"כ.
והנה התורה הגם שהיא למעלה מכסה"כ, מ"ם דארף מען
באווארענען שלא ישכחו הדברים, ווארום מצד דעם שירדה התורה למטה ונתלבשה בשכל אנושי, איז הגם אז אויס מציאות לגמרי ח"ו קען דאס טאקע ניט ווערן, מ"מ הרי אפשר שיהי' בזה שכחה, היינו אז דער אדם זאל זיך אפרייסן פון דעם ובמילא ישכח על התורה, וגם בהתורה עצמה מאחר שנתלבשה כו' איז שייך בזה שכחה. .
און אויף דעם באווארענט מען שלא ישכחו הדברים, שהגם שהתורה ניתנה למטה וכו', און ער דארף דאס לערנען בהבנתו והשגתו, וואס מצד דעם איז דאך ניט נאר אפשר השכחה נאר מוכרח השכחה, מ"מ דארף ער וויסן אז דאס איז נאר דער לבוש חיצוני פון תורה, אבער עצם ענין התורה איז למעלה מכסה"כ, וואס דארטן איז ניט שייך קיין שינויים ח"ו, וואס יעמולט איז לא ישכחו הדברים.. וזהו ג"כ שארז"ל מה להלן באימה ביראה ברתת בזיעה אף כאן כו', ולכאורה הורה אין דאך א ענין וואס ס'איז געגעבן געווארן בהבנה והשגה, איז וואס פאר א ארט אין שכל האט עס צו מאנען פון א אידן ער זאל שטיין באימה ביראה אזוי ווי בשעת מ"ת בשעת אז וירד הוי' על הר סיני מיט די מרכבה ואלפי שנאן, אבער וואס איז איצטער דער שטורעם? בשעת אבער מען האט דעם דערהער אז תורה איז למעלה מכסה"כ, תורה איז א ענין אין וועלכע ס'איז קיין שינויים ניטא, דאן איז די טויזענטער יארן וועלכע זיינען א דורך פון מ"ת ביז איצטער פועל'ן קיין שינוי ניט, ומה להלן באימה וביראה כו' אף עכשיו. ניס. ועפי"ז וועט מען פארשטיין וואס ער זאגט אויף דעם "ועיקר", און ווי געזאגט פריער אז דאס איז א עיקר אויך
לענינים עיקריים, ווארום עיקר כל התורה איז דער דערהער אז פ'איץ א ענין נצחי שלמעלה משינויים, און דערפאר דארף מען יעדער טאג לערנען תורה מיטן זעלבן שטורעם ווי בשעת מ"ת, ווארום אויב די שינויי הזמנים וואס ס איז דורך פון מ"ת ביז איצטער פועל'ט בא אים א שינוי אין דעם אימה ויראה, דאן גיט עס א ארט אויף נאך שינויים ת"ו, ביז צום ענין השכתה, ד.ה. ער זאל זיך אפרייסן ח"ו פון תומ"צ לגמרי.
און דערפאר איז עיקר הכל דער הרגש אז חומ"צ איז א ענין וואס ס'איז העכער פון וועלט, העכער אויך פון שרש הראשון פון וועלט וואס דאס איז כסה"כ, ובאמת איז דאס העכער אויך פון לפני כסה"כ, ווארום הגם אז נתלבשו למטה פונדעסטוועגען איז אויף די מצות שמקיימים למטה זאגט דער אויבערשטער נח"ר לפני שאמרתי (וואס איך האב געזאגט) ונעשה רצוני - מיין רצון, וואס דאם זאגט ער אויף דער "נעשה" קיום המצות בגשמיות.
און דאס איז עיקר כל העיקרים, וע"ד דאיתא במכילתא קבלו מלכותי ואח"כ קבלו גזרותי, ד.ה. אז יסוד לקבלת הגזירות איז קבלת המלכות, ווארום אן דעס קען מען פארגעסן ח"ו אויך אויף די גזירות, נאר דוקא בשעת ס איז דא די קבלת מלכותי, דאן זיינען די גזירות כפי רצונו ית', אז אויך אין זיי הערט זיך נצחיות, וכמ"ש בתניא ויחוד זה למעלה הוא נצחי לעולם ועד.
און דאס איז אויך דער המשך שבהתחלת הספר צואת ריב"ש, פריער זאגט ער אז עס דארף זיין עבודה תמה, תמה שאין אחרי' עבודה, וואס דאס איז דער תכלית כל העבודה,
וכמשנ"ת ביוף ב' דחגה"ס. דערנאך הויבט ער אן צו מבאר זיין דעם דרך ווי מען קומט צו צום תכלית פון עבודה תמה, וואס די ערשטער התחלה אין דעם איז דער "ועיקר של ישכחו הדברים", דערנאך די אנדערע עיקרים וכו', וואס דורך דעם קומט מען צו צום תכלית ושלימות העבודה.
זכ. וכל הנ"ל איז פארבונדן אויך מיט סוכות. וואס אויף א סוכה זאגט דאך די גמרא כל ישראל ראויים לישב בסוכה, ד.ה. אז יעדער איד קען צוקומען לבחי' סוכה. און וואס טוט מען אין סוכה - ולקחתם לכם גו' פרי עץ הדר, הדר באילנו משנה לשנה, אז אין אלע שינויים פון זמני השנה קיץ חורף סתיו ואביב שטייט ער גאנץ ועצו ופריו שוים, ד.ה. אז דער גוף מיט די נשמה איז גלייך, ווארום ס'איז א ענין שלמעלה משינויים והתחלקות.
און פון סוכות זמן שמחתינו איז מען דאס ממשיך על בכל השנה כולה, אז עס זאל זיין דער אם (בקשה ונתינת כח) בחוקותי תלכו, וואס דורך דעם ונחתי גשמיכם בעתם גו' מיט אלע ברכות שבפרשה, ביז אז אויך אילני סרק, די וואס האבן ניט קיין שייכות צו מאי פירות מצות, וועלן געבן פירות, ווואס דאס וועט בריינגען דעם וסוכה תהי' לצל יומם בקרוב ממש דורך משיח צדקנו.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 17 Tishrei 5720 (19 October 1959)
- Id
- rh-h6a5hthz
Copies
Recent activity
Sources
- drive