י"ט כסלו
י"ט כסלו, שיחה יד
טו. דער רבי האט אמאל דערציילט, און שוין אויכעט דורכט זיך דא געדרוקט, אז בשעת מ'האט געבראכט דעם אלטן רבי'ן אין "איינע סאוויעט", ד.ה. אין דעם ארט וואו מ'האט עם געדארפט מאכן די חקירה ודרישה, האט ער דעמולט געהאט אויף זיך די תפילין און האט זיי פאריכט, איז דעמולט אנגעפאלן דעם פחד אויף די אלע וואס זיינען דעמולט געווען אין צימער.
און ער האט געזאגט אז דאס איז וואס די גמרא זאגט אז "וראו כל עמי הארץ כי שם ה' נקרא עליך ויראו ממך - אלו תפילין שבראש" איז דערפאר אז זיי האבן דערזען די תפילין שבראש, איז דעמולט אויף זיי אנגעפאלן די יראה ופחד. מ'האט ביי עם געפרעגט איז אויב אזוי פארוואס בשעת יענער איז געווען אין תפילין האט מען ניט אנגעפאלן קיין פחד - האט ער אויף דערויף געענטפערט (אזוי דערציילן חסידים) אז דער לשון איז "אלו תפילין שבראש" - בשעת מ'האט די תפילין און מ'טראגט זיי אין אזא מין אופן אז זיי זיינען אין קאפ, איז אט דעמולט פאלט ארויף דער יראה ופחד און ס'ווערט מקויים דער "ראו כל עמי הארץ" און דערנאך "ויראו ממך".
ס'איז דא אידן אין יענע מדינות וואס ביי זיי איז ניט קוקנדיק אויף די אלע רדיפות און נאכמערער אויף דעם ענין פון העלם והסתר און אעפ"כ שטייען זיי אין א תנועה וואס ביי זיי איז דער ענין פון ניט תפילין שעל הראש נאר תפילין שבראש.
און אזוי ווי גערעדט פריער אז דער אויבערשטער זאגט אז "אחד מכם גולה לברבריא", איז מעלה אני עליכם כאילו אלע אידן זיינען אהינצו אנגעקומען, און מ'האט יוצא געווען אויך דער גלות, וואס דער ענין פון גלות איז דאך אז "יצאו משם ברכוש גדול", אויף מברר זיין די ענינים וואס מ'קען מאכן פון זיי קדושה.
אט אזוי איז דאך אויכעט דארטן, אז אויב ס'איז דא איינער אדער צוויי, און ס'איז דא אסאך מערער וואס זיי שטייען אין דער תנועה, אז ס'זאל זיין דער "ויראו ממך" און מ'זאל מבטל זיין די כל עניני הרדיפות והגזירות וההעלמות וההסתרים.
און בקרוב ממש זאלן זיי מתוך חירות אמיתי בכל הפרטים קענען לערנען תורה און מקיים זיין מצוות אין אן אופן פון מוסיף והולך און מוסיף ואור ביז יבוא משיח צדק צדקנו ויקבץ נידחינו מארבע כנפות הארץ.
און די וואס האבן זיך געפייניקט אין די רדיפות און זיינען בייגעשטאנען די אלע נסיונות, און ווי גערעדט פריער אויפגעהאלטן און אויפגעשטעלט א דור ישרים יבורך פון בנים ובנות לומדי תורה און מקיימי מצוות בראש, וועלן גייין לקראת משיח צדקנו בגאולה האמיתית והשלימה.
צוה לנגן: "א רוסישער ניגון" א' התחיל לנגן: צמאה לך נפשי... ואמר: א' רוסישער ניגון! א' התחיל לנגן: חאטש מי חודי, ואמר: זיי זיינען ניט "חודי"!
ואח"כ ניגן א' (ר' ב.צ. שם-טום? מי ארמיא אדמורא.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 19 Kislev 5720 (20 December 1959)
- Events
- 19 Kislev
- Id
- rh-wgxevrb6
Copies
Recent activity
Sources
- drive