עברית
Library

י"ב סיון

י"ב סיון, שיחה א

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

א 335 . בכ"ד. שחח "ב סיון הש"כ. הנחה פרית בא מנגה

א. ענין התשלומין בכלל הייסט דאך אז דאס איז ניט דער עיקר. מערניט אז אויב מען האט ניט אפגעטאן דעם חיוב בזמן העיקרי, קען מען דאס משלים זיין בזמן התשלומין. וואס מצד דעם זיינען אויך חילוקי דינים, בכמה ענינים, צווישן דעם זמן העיקרי ביז צום זמן התשלומין. אז אויב איינער האט ניט געטאן את חובתו מצד א אונס, איז אויב דאס איז בזמן העיקרי איז אונס רחמנא פטרי'. משא"כ אויב בזמן העיקרל האט ער דדאס ניט געטאן ברצונו הטוב, און דער נאך בזמן ההשלמיך איז ער געווען א אנוס, גייט דא ניט אן דער פטור פון אונם, וויילע די תשלומין איז דאך ניט קיין ענין מצד עצמו נאר דאס איז תשלומין והמשך להעיקר, און יעמולט הט ער דאך דאס ניט געטאן ברצון, הייסט דאס אז דאס וואס ער האט כלטגעטאן די זאך איז דאס געווען ברצונו.

ומצד דעם דארף דאם אויסקומען לכאורה בענין ימי התשלומין דחגה"ש, אז דאס איז ניט קיין ענין עיקרי, מערניט ווי תשלומין בלבד.

אמנם, באמת איז דא א מעלה בימי התשלומין נאך מערער ווי בזמן העיקרי. ווארום עיקר ותשלומין איז בדומהצו צדיקים ובע"ת - דער ענין התשלומין איז בדוגמת ענין התשובה, אז דאם וואס ער האט ניט געטאן כדבעי קען ער דאס משלים זיין ע"ל התשובה. מערניט וואס תשובה איז על עבירות משא"כ בענין תשלומין - און בע"ת זיינען דאך העכער פון צדיקים כידוע, ועפי"ז איז דא א מעלה אין תשלומין אויפן זמן העיקרי.

וואס אזוי איז אויך בענין תשלומין דחגה"ש, אז דער ענין פון מ"ת שבחגה"ש און דער ענין הקרבנות פון שתי הלחם דחגה"ש - וואס באמת איז דאס דער זעלבער ענין כמבואר בלקו"ת אז שתי הלחם איז דאס ענין התורה - איז מאיר בכל תקפו די גאנצע שבעת ימי התשלומין ביז ל"ב סיון.

- ועפ"י המבואר בהוספות לתו"א דעם טעם פארוואס שבועות איז נאר לום אחד וויילע דער גילוי פון מ"ת איז למעלה מהתחלקות הזמן, דערפאר טיילט זיך דאס ניט אין זיבן טעג כמו שרהמועדים, איז דער פשט דערפון, אז דער גילוי שלמעלה מהזמן איז מאיר בכל שבעת ימי התשלומין, אזוי ווי ער שטייט בבחי' אחד, למעלה מהתחלקות - און נאך מערער ווי בחג השבועות עצמו, מצד מעלת הבע"ת.

וב. דאס איז בנוגע כל שבעת ימי התשלומין. ובפרט אין דעם לעצטן טאג פון ימל התשלומין, י"ב סיון, קומט נאך צו די מעלה פון הכל הולך אחרי החיתום, אז בהגמר והחיתום איז דער עיקר התוקף, אזוי ווי בא א שטר אז בשיטה אחרונה איז דער סך הכל איידער תוקף פון גאנצן שטר, וכמבואר המעלה דאו"ח בענין ספירת המלכות ובענין ירידת הנשמה למטה.

ועד"מ הידוע אז בשעת מען וויל אופהייבן א בנין דארף מעןאים אופהייבן מתחתיתו. ווארום אויב מען הייבט אים אויף מאמצעיתו אדער אפילו נידעריקער אבער ניט מתחתיתו ממש, דאן איז הגם משו פועלט טאקע א עלי' אין דעם וואס מען הייבט אויף אבער עס בלייבט דאך נאך א טייל למטה, ובשעת מען וויל אופהייבן דעם גאנצן בנין מוז מען אים אופהייבן מתחתיתו.

דאס איז דאך מערניט ווי א משל אז ס'איז דא א מעלה אין גמר. וואס איז טאקע דדי הכברה אין דעם, אין וואס באשטייט טאקע די מעלה

איז ידוע אויף דעם בענין ויכולו השמים והארץ וכל צבאם, אז בשעת מען פארענדיקט א ענין דאן מאכט מען א סך הכל מיט א חשבון פון דעם כללות הענין צי ער איז מתאים לרצונו, און אויב ס'איז מתאים לרצונו דאן איז דאס מעורר דעם כח התענוג, וואס רירט אן אין כחות הנעלמים ביז צו פנימיות הנפש ביז צו עצם הנפש, משא"כ אויב ס איז ניט מתאים צום רצון, דאן פעלט זיך, במילא, בכל כחות הנפש.

ועד"ז למעלה, אז בשעת ס'איז געווען דער ויכולו, איז דאס מעורר דעם רצון ותענוג, נת"ר לפני שאמרתי ונעשה רצוני, ביז צו עצמות.

דמכ"ז מובן מעלת י"ב סיון, אז אין דעם טאג פארענדיקט זיך די גילויים פון מ"ת, ובמילא זיינען זיי יעמולט מאיר מיטן גרעסטן תוקף און שטורעם, נאך מערע: ווי זיין האבן מאיר געווען בחג השבועות.

ועד"ז למעלה, אז בשעת ס'איז געווען דער ויכולו, איז דאס מעורר דעם רצון ותענוג, נח"ר לפני שאמרתי ונעשה רצוני, ביז צו עצמות.

דמכ"ז מובן מעלת ל"ב סיון, אז אין דעם טאג פארענדיקט זיךדי גילויים פון מ"ת, ובמילא זיינען זיי יעמולט מאיר מיטן גרעסטן תוקף שטורעם, נאר מערער ווי זיי האבן מאיר געווען בחג השבועות.

הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Date
12 Sivan 5720 (7 June 1960)
Events
12 Sivan
Id
rh-rwdjnsy4

Copies

Recent activity

#208 Sichos Kodesh ה'תש"כ (test year): machine reading, one page per sicha · approved

Sources

  • drive1NkNANlqMKjLOhxcn0LxCU0…