משפטים, פ' שקלים, מבה"ח וער"ח אדר
משפטים, פ' שקלים, מבה"ח וער"ח אדר, שיחה א
בס"ד, שיחת ש"פ משפטים, מבה"ח אדר, פ' שקלים, תש"ב.
א. אויפן פסוק ואלה המשפטים גו' שטייט אין תנחומא הה"ד מלך במשפט יעמיד ארץ, ווארום פאר מ"ת איז געזאגט געווארן משפטים, שם שם לו חק ומשפט, און אויך נאך מ"ת שטייט משפטים, ואלה המשפטים גו', איד דער ביאור אין דעם - מלך במשפט יעמיד ארץ.
ולכאורה איז ניט מובן, ווארום פאר מ"ת שטייט דאך ניט נאר קיין משפטים נאר אין דעם זעלבן פסוק שטייט אויך חק, און אזוי אויך נאך מ"ת, איז משפטים ניט דער ערשטער ענין וועלכער איז געזאגט געווארן נאך מ"ת, ווארום ס'איז פראן אינמיטן אנדערע ציוויים, אלהי כסף ואלהי זהב לא תעשון, מזבח אדמה תעשה לי וזבחת עליו את עולותיך ואת שלמיך גו', היינט וואס זאגט דער מדרש אז סיי פאר מ"ת און סיי נאך מ"ת איז דער ענין המשפטים?
איז דאך מוכרח דערפון, אז אויך די אנדערע ציווים שקודם מ"ת ולאחרי', דארף מען ניט האבן קיין ביאורים מיוחדים, נאר אויף ענין המשפטים, איז ניט מובן איר שייכות מיט מ"ת, דערפאר זאגט ער אין תנחומא דעם ביאור - מלך במשפט יעמיד ארץ.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 29 Shevat 5720 (27 February 1960)
- Id
- rh-9b4pmqb6
Copies
Recent activity
Sources
- drive