ראה, מבה"ח אלול
ראה, מבה"ח אלול, שיחה ה
ה. וועט מען עם פארשטיין בהקדים א ווארט פון בעש"ט אויפן פסוק וסרתם ועבדתם אלהים אחרים. ווי נאר. וסרתם איז ועבדתם אלהים אחרים. וואס דאם איז כי לא מחשבותי מחשבותיכם ולא דרכיכם דרכי, אז בשעת מחשבותיכם איז לא מחשבותי, מען גיט א טראכט א מחשבה וואס ס איז ניט אלקות, איז ולא דרכיכם דרכי, גייט מען אוועק אויף א אנדער דרך, ביז ועבדתם אלהים אחרים.
איז לכאורה ניט מובן, ווי קען מען דאס זאגן אז בשעת מען ניט א טראכט איין וויילע א ענין וואס ם איז ניט אלקות איז שוין ועבדתם אלהים אחרים ?
וועט מען עס פארשטיין, וואס ס איז פאראן נאך א ווארט פון בעש"ט אויף דעם פסוק, וואס דער ווארט ווערט אויך געבראכט אין מאור עינים באריכות. אלקים איז מלשון כח ויכולת, וואס ס' איז פאראן א ריבוי כחות וריבוי יכולת בעולם און דער אויבערשטער איז דער בעל כל הכחות וכל היכולת, וואס דאס איז די כוונה פון שם אלקים, כדאי' בסו"ע, ד.ה. אז ניט נאר וואס ער איז דער בורא עולם ומנהיגו, ד.ה. אז ס'איז דא מציאות כתו בעולם און ער איז דער בעה"ב אויף זיי, נאר אז ס איז גאר ניטא קיינע כחות דאויסער אים, וואס דאס מיינט שם אלקים אז ער איז בעל כח הכחות והיכולת, און אלע כחות שבעולם זיינען כגרזון ביד החוצב.
ובשעת מען מיינט אז ס' איז דא א מציאות כח זולת- 393 אית', איז דאס א ענין פון ע"ז, וואס דאס מיינט ועבדתם אלקים אחרים. וכמ"ש הרמב"ס אז שרש ענין ע"ז איז ניט כפירה באלקות לגמרי נאר ע"ז מיינט אז מען האלט אז ס'איז איבערגעגעבן געווארן די הנהגה צו די כחות פון שרים שלמעלה, און נידעריקער צו כוכבים ומזלות, און נידעריקער צו חוקות הטבע. איז אע"פ אז מען איז מודה אז דער אויבערשטער איז דער בעה"ב אויף זיי, אבער וויבאלד מען האלט אז זיי אליין האבן א כח, איז דאס ע"ד ווי א מלך איז ממנה א שר וואס אע"פ זיין כח וואס ער האט איז פון דמלך, אבער פונדעסטוועגן איז ער דאך א בעל בחירה און טוט וואס ער וויל, ולפעמים אויך ניט כפי רצון המלך.
און דאס איז שרש ענין ע"ז, וואס פון דעם נעמט זיך דער נידעריקערער פאל אין ע"ז, כפירה באלקות לגמרי. ווארום באמת ווי קען זיין א מציאות פון דעם נידעריקערן פאל אין ע"ז, כפירה לגמרי, ס' איז דאך כי לא ייראך מלך הגויים, נאר דאס הויבט זיך אן פון דער שיטה אז עזב הוי' את הארץ בידי כו"מ, וויילע מען האלט אז רם על כל גוים, אז דער אויבערשטער איז גרויס ער זאל זיך פארנעמען מיט אלע פרטים און מיט אלע קלייניקייטן, און פון דעם קען מען קומען צו כפירה לגמרי.
און דאס מיינט וסרתם ועבדתם אלהים אחרים, אז מצד דעם וואס ער געפינט זיך אין א גוף ונה"ב און ארומ- גערינגעלט פון עניני העולם, איז ווי נאר וסרתם, ווי נאר ער איז מסיח דעת איין וויילע פון אלקות, הויבט זיך אן צו אפלייגן בא אים די ענינים פון וועלט און טבע, אז ער
מיינט פינט אז זיי האבן א כז, ביז או אבע מלשון שובו ביט אז - גע דער ניצוץ אלקות שבטבע איז פארטרונקען ובהעלם, אז עס זעט זיך אינגאנצן ניט אן דער אלקות וואס אין וועלט, כפירה לגמרי..
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 27 Av 5720 (20 August 1960)
- Id
- rh-k630pnh3
Copies
Recent activity
Sources
- drive