יום שמח"ת
יום שמח"ת, שיחה ח
דט. וועגען דעם גודל השמחה דשמח"ת איז דאך למותר לבאר, ווארום אלע ווייסן דאך די גרויסקייט פון תורה ובמילא אויך די גרוסקייט פון איהר שמחה. די איינציקע שאלה בלייבט נאר, וואס אנדערע טענה'ן, וויבאלד אז תורה ושהתה איז זייער גרויס, איז וואס פארנעמט מען זיך צוויי מעל"ע נאך אנאנד מיט ריקודים, השט מען דאך געדארפט בעסער זיצן און לערנען און מחדש זיין חידושים, איז די תורה וועט זיין צופרידן. און סיי ער וועט זיין צופרידןו פון זיינע חידושים, און וואס פאר א סדר איז דאס בענין הריקודים כו' - די שאלה שטייט אויך אין חסידות נאר מיט אנדערע אותיות -
און עפ"י המבואר בחסידות גודל מעלת שמע"צ ושמח"ת איז דאך די קשיא נאך שטארקער לכאורה, ווארום בשעת אז חסידות רעדט אז שמח"ת איז דער זעלבער ענין פון ר"ה נאר אין אנדערע קו כנ"ל, די אבט און פערציק שעה פון ר"ה זיינען בקו המרירות און די אכט און פערציק שעה פון שמע"צ ושמח"ת זיינען בקו השמחה, ס'איז דאך אבער דער זעלבער דענין, היינט ווי נעמט מען דאס אזא געהייבענע צייט און מען פטטערט דאס אוועק אויף ריקודים וכו'?
ובפרט נאך ווי מען איז מבאר אז שמח"ת איז שייך צו לוחות השניות שניתנו ביו"כ שגדלה מעלת לוחות השניות על לוחות הראשונות כמעלת הבע"ת על צדיקים גמורים, נאך מערער איז מען מבאר דעם טעם פארוואס האט מען ניט קובע געווען שמח"ת במואל יו"כ, וואס לכאורה מצד טעם הנ"ל האט מען דאך געדארפט קובע זיין באלד במוצאי יו"כ ווען דער אויבערשטער זאגט סלחתי כדברך, וכמשל המלך שבנו הי' בשבי' און ער איז צוריק געקומען לאביו המלך איז דאך בא דעם מלך א שמחה גדולה ביותר און מאכט א סעודה גדולה, שמצד זה האט מען געדארפט קובע זיין במוצאי יו"כ.
איז מען מבאר דעם טעם אויף דעם, אז היא הנותנת, וויבאלד אז שמח"ת דארף מען זיין בשמחה גדולה ביותר, דערפאר קען דאס ניט קומען באלד נאך יו"כ, ווארום מען קען זיך ניט איבערשטעלן בשעתא חדא פון תכלית המרירות צו תכלית השששה גדולה ביותר, דערפאר האט מען דאס קובע געווען בסיום חג הסוכות דוקא, זמן שמחתינו,
היינט וויבאלד אז ס'איז אזוינע הויכע גילויים און אזא גרויסע שמחה, שמחה פורצת כל הגדרים, איז דאך דאס לכאורה די פאסיקסטע צייט אויף זיצן און לערנען ולחדש חידושים, וואס בעת חדוה פאלן אראפ כל הגדרים און משיג זיין השגות נעלות ביותר, כידוע אז בעת השמחה ארבעט דער שכל באופן אחר לגמרי, היינט ווי נעמט מען אזא טייערע צייט, אכט און פערציק שעה, און מען גיט זיי לגמרי אוועק אויף ריקודים וכו'?
י. וועט מען עס פארשטיין בהקדים מ"ש על מה אבדה הארץ על עזבו את תורתי. און ווי די גמרא דערציילט אז מען האט פריער געפרעגט בא חכמים כו' און קיינער האט ניט געוואוסט די סיבה על מה אבדה הארץ, ביז דער אויבערשטער האט געזאגט, על עזבם את תורתי.
איז ניט דער פשט אז מען האט ניט געלערנט קיין תורה, תורה האט מען געלערנט וובריבוי כידוע, וואס דאס איז דאך אויך מובן פון דעם וואס חכמים האבן ניט געוואוסט דדי סיבה על מה אבדה הארץ, און אויב מען וואלט פשוט ניט געלערנט קיין תורה, האבן דדאך אויך זיי געקענט וויסן די סיבה, אווניט געדארפט אנקומען אז דער אויבערשטער דוקא זאל ענטפערן, נאר דער פשט איז, אז די תורה איז בא זיי ניט געווען טייער, וכדאי' בגמרא, על שלא ברכו בתורה תחלה, וואס העדר הברכה ווייזט אויף העדר החשיבות.
ברכת ההודאה והנהנין מאכט מען דאך מצד דער הנאה וכו' וואס מצד דעם דאנקט אפ דעם אויבערשטן, און אזוי אויך ברכת התורה מאכט מען מצד דעם יוקר וחשיבות התורה וואס דערפאר דאקנט מען אפ דעם אויבערשטן שנתן לנו את תורתו, בשעת אבער אז לא ברכו בתורה ווייזט דאס אויף העדר החשיבות והיוקר.
דאס איז דאך נאך אבער ניט מובן, ווי אזוי קען מען זאגן אז תורה איז בא זיי ניט געווען חשוב, אויב אזוי פארוואס האבן זיי אזוי פיל געלערנט תורה ובהתמדה גדולה, איז דאך א ראי' אז בא זיי איז דאס געווען חשוב ויקר, ווארום אויף א זאך וואס איז ניט טייער גיט מען ניט אפ אזוי פיל צייט און קאך.
וועט מען עס פארשטיין בהקדים פירוש הפנימי דברכה. ברכה איז מלשון המשכה. בשעת מען מאכט א ברכה בורא פרי העץ וכדומה, איז דער פשט אז מען דאנקט אפ דעם אויבערשטן און מן איז ממשיך דעם חיות אלקי השייך צו דעם פרי העץ. וכמו"כ בשאר הברכות. אזוי אויך ברכת התורה איז ענינה די המשכת האלקות שבתורה. און העדר הברכה מיינט אז זיי האבן ניט ממשיך געווען דעם אלקות שבתורה.
תורה איז טאקע געווען בא זיי זייער טייער, אבער די טייערקייט איז געווען נאר מצד השכל דתורה, וואס היא חכמתכם ובינתכם (אויך) לעיני העמים, אבער ניט מצד דעם וואס זי איז חכמתו של הקב"ה, העכער פון שכל אנושי, ורק אלקים הבין דרכה, און ווי דער אלטער רבי זאגט אין שו"ע הל' ת"ת אז תורה איז שעשועי המלך בעצמותו, וכמ"ש ג"כ הב"ח בענין ברכת התורה אזתורה איז אלקות. - ווען מען וועלט ניט געזעהן דעם ב"ח אינעוייניק האט מען געקענט זאגן אז דאס האט געשריבן א חסידישער רבי, די מעשה אבער איז אז דאס איז א ב"ח אין גליא דתורה -
דער לימוד התורה דארף זיין וויילע זי איז אלקות. און כאטש אז מען דארף דדאך לערנען בהבנה והשגה דוקא, אויב מען פארשטייט ניט וואס מען לערנט איז מען מקיים מצות ת"ת (בתושבע"פ), און עס דארף זיין דער לימוד במקום שלבו חפץ, וואו דער האט א גישמאק וואס דאס איז דאך מצד השכל שבזה, אעפ"כ איז דאס גאר קיין סתירה ניט צו לימוד התורה מצד דעם וואס זי איז משעשועי המלך בעצמותו. ויובן עד"מ איינער א עני החוזר על הפתחים איז בשעת מען גיט אים א פרוטה איז ער בשמחה גדולה. ווארום אויך א פרוטה איז א עושר גדול לגבי אים. אעפ"כ, אויב בשעת מעשה וועט מען אים געבען אבנים טובות ומרגליות, וועט ער זיך במילא פארגעסן און בא אים וועט זיך אנווערן דער גישמאק פון דער פרוטה, מצד די רייכקייט פון די אב"ט ומרגליות. און די זעלבע זאך איז כאטש ער האט טאקע א תענוג מצד החכמה והשכל דתורה, ועפ"כ בשעת ער וועט זיך מתבונן זיין אין דעם וואס תורה רק אלקים הבין דרכה, וועט בא אים ווערן דער לימוד התורה לשמה, ווארום וויסנדיק די גרויסקייט פון דעם וועט זיך בא אים במילא אנווערן דער גישמאק פון שכל אנושי.
און דאס איז אויך דער פירוש פון שלא ברכו בתורה תחלה, אז תורה איז בא זיי ניט געווען חשוב, ד.ה.אז בא זיי איז ניט געווען די חשיבות פון תורה אלעס דעם וואס זי איז חכמתו של הקב"ה נאר די חשיבות פון היא חכמתכם כו'. ומצד דעם איז לא ברכו, זיי תבו ניט געמאכט די ברכה שבחר בנו מכל העמים ונתן לנו את תורתו, וווארום זיי האבן ניט אנגעהערט אין דעם קיין גטליכקייט, נאר א גישמאק פון שכל אנושי.
וואס דאס איז אויך דער דיוק על עזבם את תורתי, תורתי דייקא, תורת הקב"ה, בא זיי איז דאס געווען אין א אופן פון ובתורתו (של האדם) יהגה יומם ולילה.
יא. עפי"ז וועט מען אויך פארשטיין פארוואס טאקע האבן זיי ניט געמאכט קיין ברכת התורה, וואס האט זיי געארט אפגעבען די פאר מינוט און מאכן א ברכה? ענין אך הענין הוא, אז זיי זיינען געווען ערנסטע מענטשן און האבן געטאן יעדער ענין אין א פנימיות.האבן זיי געוואוסט וואס מיינט ברכת התורה, ד.ה. שעשועי המלך בעצמותו, וואס צו דעם דארף זיין התבוננות פרטית אויף אנהערן דעם אלקות פון תורה ווי זי שטייט אין חכמה דאצילות און נאך העכער און פון דארטן ממשיך זיין איהר למטה, וואס דאס איז א ענין הדורש זמן, האבן זיי ניט געוואלט אפגעבען קיין צייט אויף התבוננות ווארום זיי האבן געוואלט פאר דער צייט בעסער זיצן און לערנען.
וע"ד צחות הידוע פארוואס מען האט ניט מתקן געווען קיין ברכה אויף מצות צדקה. זאגט מען אין דעם, אז אויב מען וואלט דארפן מאכן א ברכה אויף צדקה, איז איינער וועט וועלן פריער זאגן א לשם יחוד און א צווייטער פריער גיין אין מקוה און דערוויילע וועט דער ארימאן גווע זיין ברעב. .
ועד"ז אויך בהנ"ל: האבן זיי געוואוסט אז מאכן א ברכה איז דארף דאס זיין מיט א פנימית והתבוננות און אויף דעם האבן זיי געזשאלעוועט די צייט.
יב. ומובן ההוראה מהנ"ל, אז אויב מען פירט זיך מיט דער וועג פון לימוד התורה טאקע, ומצד דעם זשאלעוועט מען די צייט אויף התבוננות בענינה הפנימי דתורה ובגדולת הוי ' כו', איז דאס א ענין פון עזבםאת תורתי, און עס בריינגט צו אבדה הארץ.
איז ניט ווי אנדערע טענה'ן אז ער האט נאך צייט צו דעם, ער איז ניט שולל ח"ו דעם ענין פון לימוד החסידות וההתבוננות אבער אלץ מיט דער צייט, פריער וועט דער ממלא כריסו זיין בש"ס ופוסקים, דער-נאך מיט דער צייט וועט ער לערנען א פאר שורות תניא ביז ער וועט זעהן אמאל אויך דעם ווארט אז תורה איז שעשועי המלך בעצמותו, ניט דאס איז דער סדר. נאר כדיוק הלשון ברכו בתורה תחלה. דל התחלה צו לימוד התורה דארף זיין די ברכה וועלכע קומט פון דער הכרה בענינה הפנימי דתורה. און אויב עס פעלט די התחלה, פעלטנדעד גאנצער יסוד.
און אזול ווי בכל יום ויום הייבט מען דאך אן מיט ברכת התורה און ערשט דארנאך דארף זיין דער לימוד, אזוי אויך בכל שנה ושנה, איז די התחלה הייבט זיך דאן מיט א ענין פון שמח"ת וואס מען טאנצט מיט דער תורה ווי זי איז איינגעוויקלט אין א מענטעלע, ד.ה. ס'איז דא דער הרגש אז תורה איז העכער פון השגה דשכל אנושי צאון מען פרייט זיך ניט מיט דער השגה דתורה נאר מיט דער תורה ווי זי אלז העכער פון שכל, אוךדאם איז דער יסוד אויפווולימוד התורה דכל השנה, אז די המשכות שנמשכו בר"ה און בשמע"צ אין א פנימיות זאלן נמשך ווערן על כל השנה כולה בבבלשחלל ומזוני רויחי.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 23 Tishrei 5720 (25 October 1959)
- Events
- Simchas Torah day
- Id
- rh-mwagnzmg
Copies
Recent activity
Sources
- drive