אחש"פ
אחש"פ, שיחה ט
י. און דאס איז אויך דער ביאור אין סיפור הבעש"ט הנ"ל.
בשעת עם קומט אחש"פ און ס'איז מאיר הארת המשיח, יעמולט דערפילט מען, אז מלאך מיכאל איז אויך א מיצר. און דער מיצר איז
אין ביידע אין ביידע קצוות הנ"ל. משיח וועט דאך אויפטאן דעם פארבינדט פון מעלה מעלה מיט מטה מטה, כנ"ל, און די ביידע ענינים זיינען ניטא בא מלאך מיכאל. משיח וועט מגלה זיין מעלת הנשמות, כמרז"ל אז לעתיד וועלן צדיקים זיין לפנים ממלאכי השרת, און דער עומק רום וועט זיך אויסדריקן אין עומק תחת, וראו כל בשר. משא"כ מלאך מיכאל, וואס ער איז דאך נאר א מלאך, איז כאטש ער איז שרו של עולם, פונדעסטוועגען בנוגע וועלט שטאמעלט ער אונטער. איז בשעת עס קומט אחש"פ, דארף מען אוועקשטעלן אן א זייט, ארויסגיין פון דעם מיצר און צוקומען צום גילוי פון משיח'ן.
און דאס איז אויך דער ענין וואס מען זאגט יצי"ם בסוף ק"ש, אז דוקא נאך דעם יחוד פון ק"ש מיט די העכסטע עליות, ערשט יעמולט דערהערט מען ווי מען געפינט זיך אין מיצר, און אויף דעם זאגט מען יצי"ם, אויף ארויסגיין פון דעם מיצר צון דערהערן אז שמע ישראל הוי' אלקינו הוי' אחד, ביז מען וועט קומען צום יום שכולו שבת ומנוחה.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 22 Nisan 5720 (19 April 1960)
- Events
- Acharon shel Pesach
- Id
- rh-44gerg7t
Copies
Recent activity
Sources
- drive