עברית
Library

בראשית, מבה"ח וער"ח מ"ח

בראשית, מבה"ח וער"ח מ"ח, שיחה א

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

א. דער רבי, דער נשיא, האט געזאגט אין דעם ענין אז מען דארף לעבן מיט פרשת השבוע, און האט יעמולט גערעדט אין דעם ענין פון פרשת בראשית, אז פרשת בראשית איז א פרייליכע וואך, ווארום דער אויבערשטער האט געזען די גאנצע בריאה כי טוב, און כאטש אז סוף הסדרה איז א ביסל קאלאמוטנע, אבער בכללות איז דאס א פרייליכע וואך, און בא אלע אידן איז שבת בראשית ששון ושמחה, ווארום מען הייבט אן צו לייענען די תורה פון דאסניי.

פון דעם איז מובן, אז שבת בראשית איז דער זעלבער ענין ווי שמחת תורה, ווארום אויך בשמח"ת הייבט מען אן צו לייענען די תורה מחדש, וכמנהג ישראל אז באלד ווי מען פארענדיקט לעיני כל ישראל הייבט מען באלד אן נאך אמאל בראשית ברא, איז כשם ווי די גודל השמחה פון שמח"ת וואס מען האט דאך שוין גערעדט אין די פריערדיקע התועדות'ן (בליל שמח"ת) אז מצד דעם ענין פון מעלין בקודש איז שמח"ת נאך א גרעסערע שמחה ווי די שמחה פון סוכות און שמחת בית השואבה אויף וועלכע עס שטייט מי שלא ראה שמחת בית השואבה. לא ראה שמחה מימיו, איז שמח"ת נאך א גרעסערע שמחה מצד. מעלין בקודש, און די שמחה איז פון דעם וואס מען הייבט אן לייענען נאך אמאל די תורה, איז אויך בשבת בראשית דא די שמחה, און נאך מערער ווי שמח"ת, מצד מעלין בקודש.

וואס דערמיט וועט מען פארשטיין וואס דער רבי האט געזאגט אז בשבת בראשית איז בא אלע אידן ששון ושמחה, ולכאורה, איז דאך ידוע דער חילוק פון שבת ביז יו"ט , אז

- א -יו"ט יו"ט איז שמחה, מועדים לשמחה, און שבת איז עונג, וקראת לשבת עונג, איז פארוואס זאגט מען אז שבת בראשית איז ששון ושמחה, נאר דער פשט איז, וויילע בשבת בראשית איז דער זעלבער ענין ובהמשך פון שמח"ת, דערפאר איז שבת בראשית חלוק מכל השבתות, אז בשבת בראשית איז לבד עונג דא אויך שמוחה.

הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Date
29 Tishrei 5720 (31 October 1959)
Id
rh-35cbx83h

Copies

Recent activity

#208 Sichos Kodesh ה'תש"כ (test year): machine reading, one page per sicha · approved

Sources

  • drive1w-g3sP6uJnCdjH28fR1-vk…