עברית
Library

יו"ד שבט

יו"ד שבט, שיחה ה

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

י. מ'האט דאך גערעדט פריער, אז אין דעם מטה האלקים איז געווען אויסגעקריצט די נעמען פון די שלשה אבות און די שש אמהות, שרה רבקה רחל לאה בלהה וזלפה, און די י"ב שבטים,

וואס בנוגע די אבות און די שבטים איז דאך פארשטאנדיק דער חילוק, אז די אבות (ווי גערעדט פריער) זענען בכללות - לכל בנ"י, און דערפאר איז "אין קוראין אבות אלא לשלשה" (ברכות טז, ב); אבער בנוגע לפרטים, קומט דערנאך אראפ כאו"א במסילתו, וואס דאס זענען די י"ב שבטים.

איז דאך דערפון פארשטאנדיק אז עד"ז איז דער חילוק פון די שש אמהות; איז דאך ניט דער חילוק אז שרה רבקה רחל ולאה זיינען פאר זיך, און בלהה וזלפה זיינען באזונדער, נאר דאס וואס ס'איז נוגע צו די אבות איז שרה ורבקה באזונדער, און דאס וואס ס'איז נוגע צו די י"ב שבטים איז רחל לאה בלהה וזלפה באזונדער, ווארום די י"ב שבטים זענען דאך חלוק לויט די ד' אמהות רחל לאה בלהה וזלפה, משא"כ שרה ורבקה זענע אך חלוק לויט די ד' אמהות רחל לאה בלהה וזלפה, משא"כ שרה ורבקה זענען דאך בכללות לכל בנ"י.

וואס דאם איז אויך מכוון מיט וואס ס'שטייט אין כתבי האריז"ל (לקו"ת להאריז"ל) עה"פ "ארץ אשר אבני' ברזל ומהרדי' תחצוב נחושת" (דברים ח, ט) - וואס דאס גייט דאך אויף א"י, אז "ברזל" איז א ר"ת בלהה רחל זלפה לאה,

וואס לכאורה איז ניט פארשטאנדיק: די ד' אמהות זענען דאך שרה רבקה רחל ולאה, איז ווי קומט אהערצו דער ענין פון בלהה וזלפה?

נאר וויבאלד אז דא רעדט זיך וועגן "אבן מאסו הבונים" (תהלים קיח, כב), ד.ה. וועגן ארץ ישראל, וואס זי איז מתחלקת לשבטים,

ך וואס עבודת בנ"י אין מדבר איז געווען אין אן אופן כללי, ס'איז נאך ניט געווען פרטי עבודת הבירורים פון זורע וחורש נוטע מיט שאר הל"ט מלאכות וכו', במילא איז דעמולט אויך ניט געווען דער חילוק פון די שבטים ך ס'זענען טאקע געווען די ד' דגלים, אבער ס'איז דארטן געווען די התאחדות הדגלים, און ס'איז ניט געווען אויף אזוי פיל נוגע דער חילוק פון איין שבט ביזן צווייטן , אבער ארץ ישראל איז דאך גלייך (און נאך בימי משה) נתחלקה ע"פ הגורל און ע"פ ה', האט זיך אנגעהויבן די חלוקה לשבטים דוקא},.

וואס דעמולט איז מוכרח אז דער חילוק זאל זיין לויט די אמהות, אז "אבני'" - דער יסוד פון ארץ ישראל, איז דאס דער ענין פון די ד' אמהות בלהה רחל זלפה ולאה.

וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק, אז אע"פ וואס אויף שרה שטייט דאך "הכל בפני שרה כקוף בפני אדם", ווי ער זאגט אין גמרא (ב"ב נח, א),

עד"ז אויף רבקה שטייט דאך אויך די מעלה אז זי איז געווען "כשושנה בין החוחים" (שה"ש ב, ב), און אעפ"כ איז "ואיש לא ידעה", זי איז גע- בליבן בשלימות, און בפרט ווי ער איז מבאר בארוכה אין תורה אור (יח,א) דעם ענין פון יצחק ורבקה, אז דאס איז דער ענין כללי פון כל סדר ההשתלשלות, פון מ"ה וב"ן,

איז בשעת ס'רעדט זיך אבער וועגן כבוש ארץ ישראל און בנין ארץ ישראל, איז דער סדר דוקא אין עבודה פרטית, און בפרטיות איז ניט דער חילוק אויף דריי חלקים, כנגד שלש אבות, נאר אויף י"ב חלקים, כנגד י"ב שבטים, ובמילא ווערן גערעכענט די אמהות בלהה רחל זלפה ולאה.

וואס כיבוש הארץ איז דאך געווען דער סיום פון גאולת מצרים, ווי ער זאגט אין היינטיגע פרשה "ויהי בשלח פרעה את העם ולא נחם אלקים דרך ארץ פלשתים", ווארום לכאורה האט מען דאך געדארפט גלייך גיין מיט זיי אין ארץ ישראל. פארוואס איז דאס אזוי בתכיפות? ווארום דער ענין פון גאולת מצרים איז דאך אייננעמען ארץ ישראל.

דער ענין המדבר איז דאך געווען א ענין שבינתיים, לולא החטא. וואלט געווען דער "אחד עשר יום מחורב גו' עד קדש ברנע" (דברים א, ב), און ווי רש"י בריינגט דארט אראפ פון מדרשים, אז לולי החטא וואלט מען גלייך געגאנגען און איינגענומען א"י אן די אלע ענינים וואס האבן גע- דויערט במדבר ארבעים שנה,

וואס בנוגע אלינו איז ווי גערעדט אז "כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות", אט דער איצטיקער גלות און די גאולה העתידה זענען בדוגמת הימים ההם, ובמילא איז אויך דער סדר, אז ס'דארף זיין עבודה פרטית דוקא וכאמור לעיל, אז די התבוננות דארף זיין באופן פרטי דוקא, וואס ס'איז דאך מעצמו מובן אז התבוננות באופן פרטי בריינגט עבודה באופן פרטי,

וכפשוטו איז דאס, אז "אל תהי בז ליום קטנות", אויף פארנעמען זיך מיט א דקדוק קל של דברי סופרים עאכו"כ א ענין דרבנן, ועאכו"כ א ענין דאורייתא, און ניט טראכטן אז מיט וואס קאן מען מציל זיין בנ"י, דוקא דורך ענינים וואס מ'וועט קערן וועלטן און מ'וועט טאן זאכן וואס אלע צייטונגען וועלן דרוקן,

ס'איז "לא ברעש ה' ולא ברוח ה'", נאר "קול דממה דקה" - א קליינע זאך און א שטילע זאך, איז תמן קא אתי מלכא, "לא בחיל ולא בכח כי אם. ברוחי אמר ה' צבאות",

און אזוי נעמט מען ארויס אידן פון גלות, אז יעדערער וועט טאן זיינע ענינים בכל יום ויום, צי דאס ווערט גערעכנט ביי אן אנדערן פאר א דבר קטן, צי א דבר בינוני צי א דבר גדול, וויבאלד אז דאס איז תפקידו, ד.ה. וויבאלד ער זעהט אז ער קאן אין דעם אויפטאן, איז צי דאס איז אן ענין דרבנן צי א מנהג ישראל, צי ס'איז א דבר קל צי א דבר חמור, צי הצלה גדולה צי הצלה פורתא, וויבאלד אז דאס איז א פעולה וואס איז מוסיף אור בעולם, איז סוכ"ס וועט זיין א מצב וואס די כפות מאזנים וועלן זיין שקולים און דורך זיין פעולה קטנה וועט ער מכריע זיין "עצמו ואת כל העולם כולו לכף זכות" (קידושין מ, רע"ב),

און אויף דערוף דארף מען האבן דעם "אבני' ברזל" כפשוטו, אז מ'זאל ניט נתפעל ווערן פאר רוחות המנשבות בעולם, ווארום ער האלט זיך ווי אייזן וואס אייזן איז דאך א דוגמא אויף א דבר חזק ומוחלט, דאס בייגט זיך ניט און דאס קערט זיך ניט און דאס שטייט על עמדו וואו דאס געפינט זיך, מבלי נוע,

און אין דערוף איז אויך מרומז, אז ווי אזוי קאן דאס אויפגעטאן ווערן, דורך דעם וואס די מוטערס שטעלן אוועק, און האדעווען די קינדער אויף דעם אופן, ניט דוקא אז זיי האדעווען אים ער זאל זיין דוקא רשכבה"ג, און אז ניט לויענט עם ניט די גאנצע מעשה,

דערציילט די גמרא (ברכות לא, ב) אז חנה האט מתפלל געווען אז איר זון (כאטש ער איז א בן יחיד) זאל זיין א "גברא בגובדין", ווי א. מענטש צווישן מענטשן גלייך, און דארטן זאל ער אויפטאן דאס וואס מ'דארף אויפטאן, כאטש ער וועט ניט זיין דוקא גרעסער פון כל דורו,

און בשעת מ'גייט אין דעם וועג, איז דווקא דעמולט שקול שמואל כנגד משה ואהרן (ברכות שם),

ווי אזוי האט זיך דאס אנגעהויבן? אז די מוטער האט עם געהא- דעוועט בהיכל ה' פון קינדווייז אויף, און האט דערביי ניט געשריען אז זי וויל דוקא האבן א גאון גדול ביותר, נאר זי האט געבעטן אז ער זאל זיין א "גברא בגוברין", און עד זאל וויסן אז "כל הימים גו' הוא שאול לה'" (ש"א א, כח), אז ער איז דעם אויבערשטנס, און ניט קיין אנדערן,

און דעמולט טוט זיך אויף דער ענין וואס חנה האט מגלה געווען, דער ענין פון הוי' צבאות, אז אין בי"ע, וואס דאס איז צבאות שלו, האט זי אויף געטאן אז עס זאל זיין "איהו וחיוהי חד איהו וגרמוהי חד" ווי אין עולם האצילות, (כמבואר בארוכה פון דעם מיטעלן רבי'ן און דעם אלטן רבי'ן אין די דרושים וואס מ'האט פדיערט גערעדט).

כפשוטו איז דאס, אז בשעת מ'איז אין אן עולם נפרד, וואס דאס איז דאך עולמות בי"ע, טוט דאס דארטן אויף אז וועלט בלייבט במעמדו ומצבו, וביחד ע"ז פילט זיך אין וועלט אז דאס איז א דירה לו ית' בתחתונים,

און אויף דערוף דארף מען האבן די הכנה כללית וואס איז געווען דודך שרה ורבקה, וואס שדה איז דאך געווען די אם הראשונה וואס זי, צוזאמען מיט "אחד הי' אברהם" האט דאס מייסד געווען,

דערנאך איז גלייך געווען די הודאה פון רבקה'ן, אז אע"פ וואס מ'שטאמט פון "בין החוחים", קאן מען דארטן זיין א צדקת גמורה, און פירן זיך ווי א צדיק דארף זיך אויפירן, וואס דאס זענען הוראות כלליות.

דערנאך זענען געקומען די "אבני' ברזל" מיט'ן דמז אויף "בלהה רחל זלפה לאה" וואס הם הקימו בית ישראל, דער מטתו שלמה פון די י"ב שבטים, אז מ'שטעלט אויף "שבטי י-ה עדות לישראל" (תהלים קכב, ד). אז דאס איז אן עדות לבאי עולם שהשכינה שורה בישראל (ראה קידושין ע, ב), וואס אין שם הוי' איז דאס די התחלה און דער עיקר פון שם הוי' - "שבטי י-ה"

און דאס איז מען ממשיך ביז אין ארץ התחתונה הלזו, וואס עתידה ארץ ישראל שתתפשט בכל הארצות, אז מ'זאל אומעטום מאכן דעם "אבני' ברזל" - דער חינוך פון בלהה רחל זלפה לאה, ניט נתפעל ווערן וואס מ'געפינט זיך אין חרן און אין ארם נהרים, און דארטן אויפשטעלן י"ב שבטים אין אן אופן פון מטתו שלמה אז אין בהס פגם ה"ו,

און דעמולט גייט מען "בנערינו ובזקיננו גו' בבנינו ובבנותינו", ביז "בצאנינו ובבקדינו"; פריער אל הר האלקים חורבה, אויף מקבל זיין מיט א חיות חזק תורת הוי' און מצות הוי', און דערנאך גלייך אן קיינע א מכבים והעלמות והחרים צו כיבוש א"י, אויך כפשוטו, אז ס'זאל זיין א מנוחה ונחלה שאין אחרי' גלות,

און אין אן אופן פון "ארץ אשר גו' עיני ה"א בה מראשית השנה וכמבואר ית שוה" (דברים א, יב), און ווי ער זאגט גלייר נאר דערוף תשובה ר בארוכה אין מדרשים, און ווי דער רמב"ם פסק'נט אפ אין רון אשובה (פ'ט ה") און אין הל' מלכים (בטופ), אז מ'וועט זירוז מללט זיין כאין אין חכמה ודעת מתור מנוחה ושלוה, אין מ'וועט ניט רודן דארן נאך ענינים גשמיים, ביז ס'וועט מלויים ווערן דער יעוד דומלאה הארץ דעה את הוי' כמים לים מכסים".

(צוה לנגן אבינו מלכנו וניגון הד' בבות לאדמו"ר הזקן). זעהט מאין דעם מאמר ההילולא, פון סעיף הראשון ביז סעיף העשירי, דרהם מען א ענין מפליא: אין דעם ערשטן סעיף (און דערנאך אידי אט דדאיבער געטראגן אין סעיף השני) איז ער מסביר די חילוקים וואס דאס נעמט דאטללות, דדה. אין ממכ"ע, און ווי אזוי דורך עבודת הצדיקים ע"י אתכם א כער דערפון, וואט דאס איז 'יקרא דקוב'ה" וואס איז 'אסתלק" ביז טאר יא ט', און ער איז 'בכולהו עלמין בשוה", און דאס נעמט טולק"ט ביז נאך העכער, וואס דאס איז דער דירה לו ית' בתחתונים,

וואס מיט דעם זעלבן ענין ענדיגט זיך דער המשך פון די צוויי מאמרים,, ך וואס דער רבי דאט דאר ארויסגעגעבן די משר להזוטי צול די החלת וותט של דער המעך איז דאר ווייטער אויר, אבער דא איז אראן די התחלה וחותם של כל מאמר) , איז דאוואט ער איז מסיים איז דשט סיו דלשירי אז דער זעלבער עין עיל דא בא אידן, אז בא אידן איז דא מארי תורה ומארי דזיל ער עי זבין, און ווי אזכ", ביז אושים ששטים וואס זיי זייוען ארי עובדין דעין, און ווי אזוי עס זיינען זיך מתכלל ביחד די אלע גוו וטרי ז אביו זי ועז מזאי זניז של ופי, און ער רש דאיטז אז די מארי עובדין אין דעם אופן נייט תורה ומצות בחמימות, וואט ס איז דאך ידוע אז דולא אין דעם אופן נעמט מען עצמו"ה,

דד.ה. אז דאס וואס רעדט זיך אין תחלת הענין בנוגע קודם סדר הששלשלות, אין עצמות ומחות, לומט אראפ דער זעלבער ענין לודם סד ההשתלשלות, ובסיום וחותם העבודה, אין אידן,

ווואס דער א איד טוט ענינים אין תורה ומצות ווערט דאס דאך זיין מ שטעלט אט דערפאר איז א תלמיד חכם איז צריך לעמוד לפניו, דעראר זיין א ד עלטלזיר אר ורר, ועד"ז דאט וואס ער זאגט איז תניא פכ"ראר "יד המחלקת צדקה" ווערט א מרכבה צו רצון העליון, ערטט אין תורה איז דער ענין נאכמער: דאס איז ניט נאר א מרכבה או אין תרהאר דאס איז ער אליין, מצד דעס "יחוד נפלא ועצום" וכמה צר אין תורה אור ובכ"מ ובמאמרים שלאחרי זה,

רואס דערפאר איז דא אויך ביי אידן ע"י עבודתם די אלע פרטים שוי ל רעדט זיך אין תחלת המאמר בנוגע צו תורה, איז די אללע פרטי געיולען זיך דערנאך אפ אין דעם נברא, וואס דאס איז וי אלע פרטים געווארן נברא, וואס דאם איז דאך דער ענין הנשמות,

וואס בדרך ממילא איז מובן אז דערפון ווערט דארטן אן אפשפיגלונג פון "יקרא דקוב"ה" וואס ער איז "בכולהו עלמין בשוה", ביז וואנעט נאך העכער - צו דעם "השמיעני", וואס דער אויבערשטער זאגט "השמיעני" צו די נשמה בגוף, ווען זי פירט דורך ענינים מיט א תמימות, וואס דעמולט איז זי מחמם ומשלים די ענינים שלמעלה, וואס דאס איז ווי דער עצם הנשמה ווערט איין זאך מיט דעם עצם הגוף,

וואס דאס איז דער סיום וחותם פון דעם סעיף העשירי, וכמדובר בתחלת ההתועדות בנוגע דעם ענין פון דין וחשבון, ע"ד ווי דער רבי שרייבט אין דעם בריוו וואס ער האט ארויסגעגעבן תר"צ (נדפס בספה"מ קונ' ח"א ע' פח) בנוגע צו דעם וואס ער איז געווען ממלא מקומו, וואס יעמולט איז געווען דער שנת ההילולא העשירי, וואס ער שרייבט דארטן אז דער מספר העשר איז א מספר מקודש, "העשירי יהי' קדש", און מה-דאך אז בעלמא תתאה איז עשירי א מספר קדש, עאכו"כ בעלמא עילאה, וואס דארט איז דער עילוי אן עילוי עצמי, און ווי ער איז דארט מפרש כמה פרטים בזה,

וואס דאס איז דאך אזוי אויך בשעת מ'מאכט דעם חשבון בנוגע צו דעם בעל ההילולא, אז אע"פ וואס לכאורה ע"פ טבע איז וואס א יאר שפעטער דארף זיך די זאך אפשוואכן, איז דאס איז די מעלה פון יום הילולא העשירי, אז ניט נאר ס'איז "יהי' קדש", (ווי די גמרא (בכורות נח, ב) איז מדייק אין דעם לשון, אז דאס איז "מכל מקום"), נאר ס'ווערט נאך אן עילוי עצמי לגבי כל השנים וואס זיינען געווען ביז דעם, און דאס גופא וואס מ'דערציילט דאס, און דאס גופא וואס דער בעל ההילולא האט דאס געשריבן אין א בריוו מיט א מסקנא, אשר לכן דארף מען טאן דעם ענין באופן כזה וכו' ווי ער איז מבאר בארוכה אין דעס בריוו, איז דאס א הוכחה אז דער עילוי עצמי וואס איז דא בגנזי מרומים בארצות חיי החיים שפיגלט זיך אפ און דאס פועל'ט א עילוי עצמי, באופן כזה ממש, אט דא למטה, וואו עס געפינען זיך "זרעו בחיים", ווארום צו זיי איז דאך געשריבן געווארן דער בריוו, און דאס איז דאך אויך געווען דער פס"ד בנוגע אליו אליין, וכמבואר אין דעם תורת הבעש"ט הנ"ל,

וואס כללות הענין איז דאך אז ניט נאר אז ס'ווערט ניט א חלישות בדבר ח"ו, נאר פארקערט: ס'איז עומד בתקפה און נאך מיט א עילוי, און דער עילוי דארף זיין א עילוי עצמי דוקא, וכמדובר לעיל אז אויף א עילוי שבעצם האט כמות קיין שליטה ניט, און זמן ומקום קיין פעולה ניט, ווארום דאס איז בלתי מתחלק ובלתי משתנה ובלתי מתגלה,

ואעפ"כ איז ער דא בכל נקודה ופרט, ד.ה. אז בכל נקודה ופרט. ופעולה ועבודה פרטית, ביז פרטי פרטיות, דארף זיך אין דערוף פילן דעם עילוי עצמי וואס קומט אן צוזאמען מיט דעם יום הילולא העשירי וואס "העשירי יהי' קדש",

וואס אויף קדש שטייט דאך "קדושים תהיו", און מ'זאגט אויף דערוף דעם טעם "כי קדוש אני", פרעגט מען אויף דערוף די קשיא, אדרבה: צי איז דאס א טעם אז וויבאלד אז דער אויבערשטער איז קדוש איז דערפאר זענען אידן קדושים? ס'איז דאך מי ידמה לו און מי ישוה לו?

איז די אלע ענינים זיינען שייכות אין עולמות עליונים דוקא, אבער א נשמה כפי שהיא מלובשת בגוף און קומט אראפ אין דעם עולם שאין למטה הימנו, וואס דארטן איז דא דער תואר אויפ'ן אויבערשטן, אויף עצמות, וואס מ'רופט אים אן בשם בורא, איז דארטן, אין יסוד העפר, איז דא דער כח ההתהוות מאין ליש, וואס "הוא לבדו בכחו ויכלתו לברוא יש מאין", דערפאר וואס "אינו עלול מאיזה עילה שקדמה לו ח"ו" (אגה"ק ס"כ),

וואס דערפאר קאן דער יש נעמען דעם יש האמיתי, וכמבואר בארוכה אין די מאמרים פון פאריגען יאר,

וואס בכללות איז דאס אז דוקא דורך מעשה בפועל, וואס דאס איז א מצוה מעשית אין ענינים של פועל אין עוה"ז החומרי והגשמי, איז דורך דערוף נעמט מען דעם יש האמיתי,

און דאס זאגט מען אז פארוואס דארף זיין "קדושים תהיו", דערפאר וואס "קדוש אני", און יעדער איד איז א "חלק אלקה ממעל ממש", וכמבואר לעיל, איז מעצמו מובן אז וויבאלד אז "קדוש אני", איז בדרך ממילא "קדושים תהיו", צי איר וועט וועלן צי וועט איר ניט וועלן וועט זיך דאס אויספירן, איז דאך גלייכער וואס פריער, ובחסד וברחמים ובשמחה ובטוב לבב, און דעמולט פירט מען אויס דעם גילוי עצמי פון "העשירי יהי' קודש", און מ'איז דאס ממשיך אין דעם עולם שנברא בעשרה מאמרות, וואס "עלמא אמאי קא מקיים איהא שמי' רבא", און עד"ז פון לימוד התורה (סוטה מט, א), וואס כללותה איז דאך עשרת הדברות, וואס "עשרה עשרה הכף בשקל הקודש" (במדבר ז, פו), ווי ער זאגט אין זהר (ח"ג יא, ב) אז עשרת הדברות האלט אויף די עשרה מאמרות שבהם נברא העולם, וואס דאס טוט זיך אויף דוקא דורך ענינים שבפועל, וואס דאס אָיז דאך די ענינים וואס דער רמב"ם רעכענט אויס די עשר סוגים (הל' דעות רפ"ה), וואס דאס זיינען דאך אלץ ענינים של פועל, און דאס איז מען ממשיך אז עס זאל אראפקומען אין תורה,, וואס זי איז דאך דער צנור הממשכת כל הענינים ביז למטה מטה ביז אין מעשה בפועל, איז דאך דאס דוקא ע"י הלימוד, און אין פנימיות התורה בעיקר, וואס דערפאר זאגט ער דאך אז "עלמא אמאי קא מקיים ",ניט סתם אויף יהא שמי' רבא, נאר דוקא אויפ'ן "יהא שמי' רבא דאגדתא",

און ווי דער רבי מהר"ש איז מבאר בארוכה אין דעם מאמר (ד"ה ועד"ז יובן בנ"ח, ש"פ מו"מ תר"ם) וואס ער האט געזאגט גלייך נאך דער לידה פון דעם בעל ההילולא, אין דעם שבת וואס נאך זיין ברית מילה, וואס דעמולט איז דער כניסה פון נפש הקדושה אין דעם גוף קדוש (וכאמור לעיל),

און דאס איז מען דערנאך ממשיך בחיי יום יום, להוסיף אורות באצילות לפי שעה קלה, און דערנאך וועט דאס נתגלה ווערן בעוה"ז הגשמי בביאת מ"צ, "וראו כל בשר יחדיו" ווי אזוי דאס איז געווארן א דירה לו ית' בתחתונים, ע"י עבודתינו במשך הגלות אין דער חושך כפול ומכופל,

און אהינצו האט מען ממשיך געווען דעם קודש שלמעלה, פון "כי קדוש אני", אין דעם "קדושים תהיו", פרושים פון כל עניני העולם און אין אן אופן פון "עזוב תעזוב עמו", אז מ'איז מברר און מזכך את העולם אז עס זאל זיין דער אחד, אז אין דעם ח', וואס דאס איז דאך ז' רקיעים וארץ, און אין די ד' רוחות העולם זאל זיך אנזעהן דעם אל"ף - "אלופו של עולם".

(צוה לנגן ניע זשוריצי חלאפצי). דיב. פרשה בשלח, וואס דאס איז די פרשה פון היינטיגער וואך, ווערט אדאך דער גאנצער שבת אנגערופן בשם "שבת שירה", וואס כפשוטו אאין דט ע"ש שירת הים וואס איז דא אין דער פרשה. ס'ווערט דאך אבער אין דער סדרה דערציילט נאך כו"כ מאורעות, וואס לכאורה איז דער מאורע העיארית שבסדרה דער ענין פון יציאת מצרים (ווארום אין פרשת בא איז דאך דאם מערניט ווי דערמאנט בדרך אגב ובקיצור), און פונדעסטוועגן ווערט ין פרשה אנגערופן ע"ש השירה, ניט ע"ש שאר הענינים וואס זיינען דא אין דער פררשה,

וואס די שירה הויבט זיך אן פון "אז ישיר משה ובנ"י", און פאר- ענדיגט זיך אין ענינים פון "תביאמו ותטעמו", מיט די ענינים וואס זיי וועלן מקויים ווערן אין די גאולה העתידה,

וואס דערפון איז פארשטאנדיק, אז די שירה איז כולל אין זיך פון די שירה הראשונה פון קרי"ס ביז די שירה העשירית וואס וועט זיין ווען ס'וועט זיין דער שירו לה' שיר חדש, בגאולה העתידה,

און דערפאר איז דאך אויך בשעת די גמרא (סנה' צא, ב) זוכט ענינים וראיות אז "מניין לתחה"מ מה"ת", בריינגט מען די ראי' פון אז ישיר משה, שר לא נאמר אלא ישיר (לשון עתיד) מכאן לתחה"מ מה"ת,

ד.ה. הגם אז ס'איז טאקע "מה זרעו בחיים אף הוא בחיים" (תענית ה, ב) איז פונדעסטוועגן ווערט דערמיט ניט מקויים דער תחה"מ מן התורה,

ע"ד ווי מ'זאגט אז ס' איז געווען א קץ אויף דעם יאר אין וועלכע מ'האט אפגעדרוקט דעם לקו"ת, און ס איז נתפרסם געווארן פנימיות התורה וכו' וכו', אבער אזוי ווי מ האט גערעדט אין מאמר אז מיר דארפן האבן אז אין ענינים פרטיים פון וועלט זאל ווערן א דירה לו ית', איז פון דעם פארשטאנדיק אז מ'דארף האבן דעם ענין פון גאולה כפשוטה,

און הפצת המעיינות חוצה איז טאקע א גוטע זאך, און דאס איז דדי הכנה והקדמה לזה, אבער דערמיט איז מען ניט יוצא און עס פעלט נאך, און עס פעלט א עיקר, מ'דארף האבן די גאולה כפשוטה פון דער גלות כפשוטו, אז עס זאל ווערן דער חירות אמיתי, ניט נאר חירות פון יצה"ר נאר אויך פון שעבוד אומות העולם, וואס דאס איז דער חירות כפשוטו אויך פארן גוף ונפה"ב.

עד"ז איז דא דער ענין פון תחה"מ ווי ער איז ברוחניות, "מה זרעו בחיים אף הוא בחיים", און עאכו"כ ווען תורתו נלמדת, וואס דעמולט איז דאך "שפתותיו דובבות בקבר" (יבמות צז, רע"א), איז דאס איז טאקע "בשני עולמים"; און דאס איז טאקע אלץ גוט, און גוט ע"פ תורה, מיט א פס"ד בתורה,

אבער דער ענין פון תחה"מ מן התורה, וואס דאס איז דאך א ענין המקווה און איינע פון די יסודות האמונה, איז דארטן דארף מען האבן אז "שר לא נאמר אלא ישיר" אז דער משה פון אונזער דור, דער נשיא דורנו, איז "הקיצו ורננו שוכני עפר" והוא בתוכם ובראשם, ויוליכנו קוממיות לארצנו מיט א "שיר חדש על גאולתנו ועל פדות נפשנו", גאולה בגשם וגאולה ברוח, א חרות פון שעבוד היצה"ר און א חרות פון שעבוד אומות העולם,

און די הכנות צו די ענינים איז דער ענין פון הפצת תורתו און הפצת המעיינות, ביז ס'זאל דערגיין אין חוצה, דארט וואו מ'טרעפט זיך מיט אומות העולם,

און דעמולט וועט דאס פורץ זיין די אלע גדרים ומדידות והגבלות, אז אע"פ וואס עס שטייט אין זהר (ח"א קלט, א) אז ס'דארף געדויערן פערציג יאר פון איין ענין ביז דעם צווייטן, איז די פערציג יאר קאנען זיין "כימים אחדים באהבתו אותה", און מצד דערוף קאן דאס אויך זיין אין א רגע קטן, ובשעתא חדא וברגעא חדא,

והוא יוליכנו קוממיות לארצנו כפשוטו, למטה מעשרה טפחים, בגאולה האמיתית והשלימה.

דדי וואס זיינען מחוייב אין א ברכה אחרונה וועלן מסתמא מאכן א ברכה אחרונה, און די וואס וועלן ממשיך זיין און זאגן לחיים קאנען ניט מאכן קיין ברכה, זאלן זיי זאגן לחיים און דערנאך מאכן דער ברכה,

און דער עיקר איז אז עס זאל זיין א ברכה והמשכה על כל השנה כולה אין א התעוררות לתורה ולמצות בכלל און אין הפצת המעיינות ביחוד, אז וויפל מ'האט געטאן ביז איצטער זאל מען מוסיף זיין כהנה וכהנה,

און מ'זאל ממשיך זיין דעם קודש למטה מטה ביז דאס זאל ווערן דער דירה לו ית' בתחתונים בחסד וברחמים, און די עבודה דערצו זאל געטאן ווערן מתוך מנוחה ושמחה וטוב לבב און אין אן אופן פון "ופרצת דימה וקדמה וצפונה ונגבה" ביז אין א "נחלה בלי מצרים".

(כ"ק אדמו"ר שליט"א ניגן צמאה לך נפשי.

טרם צאתו התחיל לנגן כי בשמחה תצאו).

הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Date
10 Shevat 5720 (8 February 1960)
Events
10 Shevat
Id
rh-0e7dwz4h

Copies

Recent activity

#208 Sichos Kodesh ה'תש"כ (test year): machine reading, one page per sicha · approved

Sources

  • drive1QpqPIpLfVLmx2x8e3Kk-uG…