ליל ערב חה"ש
בס"ד. שיחת ליל ערב חג השבועות, תש"כ. .
(סיום מס' סוטה): משמת רבי בטלה ענוה ויראת חטא. א"ל רב יוסף לתנא לא תיתני ענוה דאיכא אנא א"ל רב נחמן לתנא לא תיתני יראת חטא דאיכא אנא.
ס'איז דא א כלל, וואס חסידות בריינגט דאס פון ספר יצירה, נעוץ תחלתן בסופן ווסופן בתחלתן. אזוי ווי יעדער ענין פון פנימיות התורה איז דא אויך אין נגלה, מצד דעם איז בשעת מען איז מסיים די תורה הייבט מען איהר אן באלד נאך אמאל. אזוין אויך די זעלבע זאך, איז מנהג ישראל אז בשעת מען ענדיקט א מסכת פארבינט מען דאס מיט תחלת המסכת. איז דא ניט פארשטאנדיק וואס איז דער קישור ושייכות פון סוף מס' סוטה מיט התחלת המס'?
אויך איז ניט פארשטאנדיק די שייכות פון משמת און בטלה כו' צו כללות מס' סוטה? לכאורה האט עס א שייכות צו מס' תענית והדומה אבער ניט צו סוטה.
אויך איז ניט מובן, וואס ער איז מסיים ר' פנחס בן יאיר אומר - וואס באמת איז דאס גאר ניט קיין משנה נאר א ברייתא און איהר ארט איז אין מס' ע"ז, אבער אעפ"כ איז דאך אין די אלטע משניות'ן בכת"י דאס געשטאנען בסיום מס' סוטה, און אויך אין די געדרוקטע גמרא'ס שטייט דאס בסיום מס' סוטה - איז ניט מובן די שייכות פון דעם צו מס' סוטה, און אויך איז ניט מובן, וואס רפב"י רעכנט אויס כמה מדריגות וועלכע איינע בריינגט צו די צווייטע, און ער דערמאנט ניט אינגאנצן דעם ענין הגאולה ומשיח צדקנו. ער דערמאנט דעם ענין פון תחה"מ און זאגט אויף. דעם אז דאס איז בא ע"י אלי' הנביא זכור לטוב, אבער דעם ענין הגאולה דערמאנט ער לגמרי ניט. וואס לכאורה איז עיקר ענינו של אלי' הנביא איז כשמו נביא, וואס ער וועט מנבא זיין די גאולה ע"י משיח צדקנו בקרוב ממש, און דאס דערמאנט ער גארניט? 'אויך איז ניט מובן, וואס' בכל מקום קומט די גמרא מפורש זיין די דברי המשנה, און דאקריגט ער גאר אויף איהר, לא תיתני ענוה לא תיתני יראתחטא
וב. וועט מען עס פארשטיין בהקדים הוראת הרביים אז בימי הספירה זאל מען לערנען מס' סוטה. די שייכות פון ספירה מיט סוטה איז כמבואר בזוהר עפ"י מאמר רז"ל כל המנחות באות חטים חוץ , קנאות ומנחת העומר שבאות מן השעורים. און אזוי ווי במנחת סוטה איז דאך כל זמן אז מען איז ניט מתיר ומברר כל הספיקות קען ניט זיין דער יחוד איש ואשה, אזוי אויך די עבודה פון ימי הספירה איז צו מברר זיין און מתיר זיין כל הספיקות וספק ספיקא אין די אלע מ"ט יום, ביז מען קומט צום ענין היחוד שבשבועות, ביום חתונתו זה מתן תורה. (השמטה בסיום השיחה)
בימי רבי איז ניט געווען קיין מלחמות מיט לעו"ז, וואס דאס איז דאך דער ענין פון רבי ואנטנינוס שהו"ע ולאום מלאום יאמץ, אבער יעמולט איז דאסניט געווען אין קיין אופן פון מלחמה נאר אין א אופן של שלום, אז אנטנינוס האט זיך געבעטען אויף משמש זיין רבי'ן, ע"ד ווי עס וועט זיין לעתיד, ועמדו זרים ורעו צאנכם. וואס אין עבודה הייסט עס דער ענין פון בכל לבבך בשני יצרך, וכמ"ש גם אויביו ישלים אתו, זה היצה""ר אדער זה הנחש.
לאחר זמן המשניות איז כמ"ש הרמב"ם אז נתמעטו הלבבות, דערפאר איז משמת רבי בטלה ענוה ויראת חטא, אז ס'איז אראפ געגיינגען די אלע ענינים, ס'איז געווארן די העלמות והסתרים, און דאס איז געווען אויף אזוי פיל, אז אפילו אין דעם ארט וואס פריער איז דארטן געווען משניות והגילוי של רבי, אויך דארטן איז בטלה כו', וואס דערפאר האבן דאס רבי'ס תלמידים אריינגעשטעלט אין משניות.
דאס אלץ איז מצד המשניות. משא"כ מצד גמרא, איז כמבואר בתו"א (פ' שמות) מיוסד על מרז"ל ע"פ ועלמות אין מספר אז דאס גייט אויף הלכות התורה, אז דורך די עבודת הבירורים אין ק"ו און ליבון הילכתא ובעבודה קשה וכו' ווי ער רעכנט אויס אין זוהר, דורך דעם נעמט מען אראפ אלע העלמות והסתרים, און מען פועל'ט צוריק דעם ענין הגאולה, אפילו משמת רבי. דער אור המשנה האט ניט געקענט דערלאנגען אזוי
נידעריק, אבער דורך די עבודת האמוראים איז אפילו משמת רבי איז מען מתקן די אלע ענינים, און מען זאגט לא תיתני דאיכא אנא, אז אויך אין "אנא" איז מען ממשיך דעם אור הגאולה , כנ"ל.
ד. סיבת הגלות קומט מצד היפך הענוה, וואס בריינגט במילא אויך צו היפך יראת חטא. ווארום בשעת ס'איז פאראן גאוה וישות איז אין אני והוא יכולים לדור, וכאילו דוחק רגלי השכינה, איז דאך דאס דער היפך הקיצוני פון קדושה.
דאם איז אין דעם ענין הקל וואס ס'איז געווארן משמת רבי, איז יעמולט בטלה ענוה לגמרי, אז ס'איז געווען ישות וגאוה. בשעת אבער עס רעדט זיך וועגען דעם תיקון וואס איז געווארן ע"י האמוראים, איז ניט דער פשט אז ס'איז אראפ דער היפך הקיצוני פון קדושה, נאר דער פשט איז אז ר"י בעבודתו האט ממשיך געווען ענין הענוה במדריגה היותר נעלית.
ר"י האט געהייסן סיני מצד בקיאותו בהלכות רבות והעדר השכחה. און דער ענין פון העדר השכחה איז דאך נאר מצד תכלית הביטול, אז ס'איז ניטא קיין אחיזה צו לעו"ז כל זמן אז ס'איז דא נאך עפעס א אחיזה ללעו"ז איז שוין דא א ארט אויף שכחה, און העדר השכחה איז פון ביטול בתכלית.
וואס דער ביטול בתכלית בריינגט אויך דעם ענין הגאולה, ווארום גלות האט א ארט נאר ווען ס'איז נאך דא א אחיזה ללעו"ז, וואס כללות ענין השכחה איז ווי דער אלטער רבי פסק'נט נאר ביז כסא הכבוד אבער אין שכחה לפני כסא כבודך, און אזוי אויך גלות האט א ארט נאר בבחינת כסה"כ, משא"כ העכער פון כסה"כ איז ניטא דער ענין הגלות, דערפאר: איז דאך עוז וחדוה במקומו וויילע ער איז העכער מבחי' כבוד איז דארטן ניטא דער גאנצער ענין הגלות.
דערפאר איז ר"י ע"י עבודתו בבחי' סיני האט אראפגענומען דעם גאנצן ענין הלעו"ז, און געפועלט ביטול בתכלית, וואס מצד דעם קען נמשך ווערן אלקות אין וועלט. וע"ד הגילוי שהי' בהר סיני, אז מען האט געזעהן אלקות במוחש ע"ד ווי לעתיד, וכמבואר . בארוכה בתניא פל"ו.
ה. ' וואס דערמיט וועט מען אויך פארשטיין כללות הענין וואס ער זאגט אל תיתני ענוה דאיכא אנא, ווארום בשעת מען שטייט בביטול בתכלית, יעמולט קען מען וויסן מעלת עצמו און פונדעסטוועגען שטיין בביטול וענוה. וואס דאס איז דוקא במדרי' נעלית בענוה, משא"כ בענוה במדרי' תחתונה שהיא רק שלילת הגאוה, איז דאס ניט שייך.
וכמ"ש אדה"ז ההפרש בין עניו לשפל, אז א שפל הערט ניט זיינע מעלות. משא"כ א ענין ווייס זיינע מעלות, נאר וויבאלד ער שטייט בעצם אין א העדר המציאות, דערפאר איז כאטש ער הערט זיינע מעלות, איז דאס אויך בביטול והעדר המציאות.
וואס דאס איז אויך דער ענין פון ענוי ארץ, וואס דאס גייט אויף די ע"ס הגנוזות, דהגם שהוא עילוי היותר גדול שבהשתל' , ס'איז דאך עשר ספירות און זיי זיינען נאך גנוז במאצילן כשלהבת הקשורה בגחלת, און אעפ"כ שטייען זיי בביטול ובהעדר המציאות.
און דאס איז אויך געווען ענוה דר"י, ביטול במציאות. ניט קיין ביטול ושפלות וואס ער איז זיך משפיל מצד קב"ע נאר ביטול במציאות.
ז. עד"ז איז אויך דאס וואס ר"נ זאגט אל תיתני יראת חטא דאיכא אנא, איז דאס אויך יר"ח במדרגות נעלית יותר, וועלכע עס קומט נאך ענוה און נאך העכער פון איהר.
ווארום ר"נ אפילו בקטנותו האט ער שויןגעהאט יראת שמים, כדאי' בגמרא אימתא דשמיא עלי'. ניט קיין יראת העונש נאר יראת שמים, ד.ה. יראת הרוממות. דאס איז נאך געווען בקטנותו, ומכ"ש כשנתגדל, ומכ"ש בשעת ער איז נסמך געווארן און הייסט
מיטן תואר "רב", איז דאך א ודאי אז בשעת ער זאגט לא תיתני יר"ח דאיכא אנא, האט ער געמיינט מדרי' נעלית, וועלכע איז נאך העכער פון יראת הרוממות.
ווארום יראת הרוממות קומט פון התבוננות ברוממותו ית'. וויבאלד עס קומט פון התבוננות איז דאך דאס א מציאות. ווארום אפילו אויף אהבה שטייט אין תניא יש מי שאוהב, אע"פ שענין האהבה איז רצון ותשוקה, היינט מכ"ש אויף התבוננות וועלכע עס האט אלע גדרי השכל, איז דאך דאס א ודאל ישות ומציאות. משא"כ יראת חטא איז דער טייטש אז ער האט מורא פאר דעם חפרון האלקות שבעולם, טאמער איז נאך דא א נקודה בעולם וואס עס הערט איז ניט קיין אלקות, אז אין עוד מלבדו, איז דאך מובן אז אין יר"ח איז ניט שייכות קיין ישות ומציאות, ווארום כל תנועה שלמציאות איז דאך היפך פון אין עוד מלבדו.
ז. ובזה יובן מאמרו של רפב"י. וואס ער רעכנט אויס כמה מדריגות ביז מדריגת הקדושה, וואס דאס איז בחי' אצילות, און דערנאך זאגט קדושה מביאה לידי ענוה. דאין כוונתו לענין העדר הגאוה, ווארום דאס איז דאך תחלת העבודה, נאר כוונתו איז לענין הביטול במציאות שנת"ל, און דאס קומט נאך קדושה, פריער איז מדרי' האצי', און דערנאך ע"ס הגנוזות - ענוי ארץ. און דערנאך זאגט ער ענוה מביאה ליר"ח, וואס דאס איז נאך העכער פון ענוה, כמשנת"ל. און דער נאך זאגט ער יר"ח מביאה לחסידות, וואס דאס איז נאך העכער, דפירוש חסיד איז כמ"ש בתניא איזהו חסיד המתחסד עם קונו עם קן דילי', אז וועגען זיך טראכט ער גארניט, ער טראכט נאר אויף אויספירן דעם רצון העליון.
ובזה יובן ג"כ וואס ער רעכנט דא ניט דעם ענין הגאולה וועלכע וועט קומען: דורך משיח'ן - וויילע די אלע ענינים זיינען מדריגות בעבודת האדם, משא"כ דער ענין הגאולה איז ניט תלוי אין דעם. ווארום די גאולה קען דאך זיין אויך אין א אופן פון בעתה. בשעת די גאולה איז אין א אופן פון אחישנה, יעמולט קומט עס דורך עבודה. משא"כ בשעת ס'איז בעתה האט עס ניט צוטאן מיט די אלע מדריגות, וכמרז"ל אז משיח קען קומען אויך לדור שכולו חייב.
דאס וואס ער רעכנט יע, איז דעם ענין פון תחה"מ, וואס דאס קומט בהמשך צו מדריגות הנ"ל. ווארום מיתה איז דער ענין המציאות כו', וואס דאס קען זיין אויך במדריגות נעלות וע"ד שנת"ל בענין יראת הרוממות אז דאס איז נאך אלץ א ענין פון מציאות ומיתה, דערנאך רעכנט ער העכערע מדריגות שהם ענין הביטול, ולבסוו רעכנט ער ענין תחה"מ, אז אויך במקום הישות והמיתה וועט זיך הערן אלקות, שזהו תכלית העילוי.
און דער ענין פון תחה"מ בא ע"י אלי' הנביא זכור לטוב, ווארום אלי' הנביא האט מזכך געווען את גופו ביז אז עלה בגופו השמימה, איז דאס בריינגט דעם ענין פון תחה"מ, אז אויך במקום הישות וועט זיך הערן אלקות, אז אין דעם יש הנברא וועט זיך הערן דער אמיתית מציאותו אז ער איז דער יש המאציל.
ח. עפ"י כ"ז וועט מען אויך פארשטיין שייכות סוף המס' לתחלתה. בהקדים פירוש הבעש"ט - וואס שבועות איז זיין יאצ"ט ע"פ כל תשטה אשתו. טייטשט דער בעש"ט אז איש גייט אויף נה"א און אשה גייט אויפן גוף ונה"ב. כי תשטה אשתו מיינט דערהערט אז דער גוף ונה"ב גייען אוועק אן א זייט, איז די עצה - והובא אל הכהן. וכדאי' בגמרא מי שיש לו חולה ילך אצל חכם שבעירו, איז אזוי ווי דאס איז בחולי הגוף אזוי אויך בחולי הנפש (כמבואר ברמב"ם) איז די עצה אויף דעם, גיין צו א גופא הנפש, וואס ער איז מרפא דורך חכמת התורה. וואס דאס זאגט ער, אז דער כהן האט גענומען מים קדושים, דמים הוא תורה, און האט עס אריינגעטאן בכלי חרש, וד.ה. וואס תורה קומט אראפ אין א כלי ומשל בענינים גשמיים, און דאס בריינגט דל רפואה. עס קען דאך אבער זיין ישות דערפון, אויף דעם זאגט ער אז מען הט אריינגעלייגט מעפר המשכן אין די מים, דעפר הו"ע הביטול, ונפשי כעפר לכל תהי'.
עד כאן תורת הבעש"ט. און ס'איז דא נאך א דיוק אין דעם, אז מען האט ניט גענומען סתם עפר נאר מעפר המשכן. דלכאורה, צוליב דעם ענין הביטול איז דאך מספיק יעדער עפר, וואס אזוי איז דאך אויך דער ענין פון הכל הי' מן העפר, און וואס עפעס מעפר המשכן דוקא? אך הענין כנ"ל אז עס דארף זיין ביטול במציאות, אפילו בשעת ער הערט זיינע מעלות. וזהו"ע עפר המשכן, אז הגם ס'איז בתכלית העילוי פון השראה השכינה שבביהמ"ק, פונדעסטוועגען איז דאס תכלית הביטול דעפר.
אט. ועפי"ז וועט מען אויך פארשטיין שייכות סוף המס' לתחלתה, וואס בתחלתה הייבט ער אן בדיני סוטה, דענינה הפנימי איז די הסטה פון גוף ונה"ב כפירוש הבעש"ט, - און אזוי ווי יעדער ענין שבפני' איז דא אויך בנגלה, איז דאס איז דער ענין וואס עס שטייט בספרא ומדרשים ע"פ ומעלה בו מעל, אז ס'איז דא איש למטה ואיש למעלה, הוי' איש מלחמה וואס דאס איז דער ענין פון נה"א שהיא חלק אלקה ממעל ממש וואס איהר ארבעט איז לכבוש דעם גוף ונה"ב, איש דרכו לכבוש - וואס דער ענין הכבישה איז דורך מים קדושים - תורה - מיט עפר המשכן - ענוה וביטול, דערפאר איז ער מסיים לא תיתני ענוה דאיכא אנא, אז דורך ענוה וביטול פועלט מען דעם בירור וכבישה אויך אין "אנא", אז מען איז כובש אויך דעם נה"ב (ד"אנא" בגימט' בהמה כנ"ל), ביז מען קומט צו אויך צו יראת חטא וואס 'איז נאך העכער פון ענוה כנ"ל, ביז צום ענין פון תחה"מ וואס ער זאגט אין דער ברייתא, וואס דאס איז דער תכלית העילוי, און בשעת מען פארענדיקט מס' סוטה, ד.ה. דעם בירור נה"ב בכל מדריגות הנ"ל, קומט מען אצו צום ביום חתונתו זה מ"ת, וואס די גילויים דמ"ת זיינען א מעין דלעתיד כמ"ש בתניא פל"ו.
י. אלע גילוטלם דלעתיד זיינען דאך תלוי במעשינו ועבודתינו במשך זמן הגלות, איז פאראן די עבודה פון תחה"מ אויך איצטער, וכמאמר אדמו"ר הזקן אז זוטרא דבכו מחל' מתים, ווארום ס'איז ניטא קיין קעלטערע זאך ווי שכל, איז דאס איז דאך א ענין פון מת, און דורך דעם וואס חסידות בריינגט אריין חיות אין דעם מוח ושכל הקר, איז דאס אן ענין פון תחה"מ.
און דאס איז די עבודה פון תחה"מ איצטער - הפצת מעינות תורת החסידות וועלכע פועלן די' תחי' אין שכל הקר, וואס דאס בריינגט אויך דעם קא אתי מר וואס יעמולט וועט זיין תחה"מ כפשוטו, וועלכע וועט קומען דורך אלי' הנביא זכור לטוב במהרה בימינו, אמן.
השמטה בע' א '
און דאם איז אויך וואס סיום מס' סוטה איז לא תיתני ענוה דאיכא אנא לא תיתני יראת חטא דאיכא אנא - "אנא" איז בגימ' שם ב"ן, בגימ' בהמה, וואס ער איז א שם קדוש כמ"ש רש"י במס' סוכה. איז בשעת מען לערנט און מען טוהט דורך די בירורים שבמס' סוטה ביז מען פועלט אויך אין דער בהמה (דשעורים הוא מאכל בהמה, וואס איז דעם זיינען זיך משתוה מנחת קנאות ומנחת העומר כנ"ל) ענוה ויראת חטא, יעמולט קומט מען צו צום יחודהקב"ה וישראל שביום חתונתו זה מ"ת.
ג. אין דעם אופן העבודה פון בירור נה"ב איז פאראן א חילוק פון משנה מיט גמרא.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 4 Sivan 5720 (30 May 1960)
- Events
- Erev Shavuos night
- Id
- rh-xngy7gwf
Copies
Recent activity
Sources
- drive