עברית
Library

שמות, מבה"ח שבט

שמות, מבה"ח שבט, שיחה ג

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

דד. ששעלט זיך דאך די שאלה, ווי אזוי קען מען דאס מאנען בא יעדער איינעם, ווואס דאס איז א עבודה גדולה? ובפרט אז מען מאנט דאס ניט נאר בר"ה ועשי"ת נאר מען מאנט דאס פאר א סדר עבודה בכל השנה, ובכל דרכיך דעהו, אין אלע ענינים דארף זיין דער סדר אז אלע זאכן וועלכע זייענן שייך צו א אידן, אפילו ביז צו גקה"ט, דארף מען זיין מתקן זיין?

אויף דעם זאגט דער צ"צ בהתחלת פתגם הנ"ל, אז דרכי החסידים איז אז אלע חסידים זאלן לעבן ווי איין משפחה באהבה. איז דאך יעמולט כמאמר אדמו"ר האמצעי אז ס'איז צוויי נה"א אויף איין נה"ב. איז דאך עפ"י דין אז חד בתרי בטל, ביז ס'איז דא א דיעה שאיסור נעשה היתר.

נאך מערער זאגט מען, אז אלע חסידים זאלן לעבן ווי איין משפחה, ד.ה. אז ער איז זיך מצרף לכל קהל החסידים, באהבה עפ"י תורה, ווארום אזוי קען דאך זיין דא ענין פון אל תאמרו קשר לכל אשר יאמר העם הזה קשר, בשעת ס'איז אבער עפ"י תורה איז דאך דאס יעמולט א אהבה אמיתית, וכמבואר בתניא אז אהבה אמיתית איז דורך דעם וואס עושים נפשם עיקר וגופם טפילה.

איז מצד האחדות, איז דאך ברכנו אבינו כולנו כאחד באור פניך, אז בשעת כולנו כאחד ווערט דאך נמשך באור פניך, ובאור פני מלך חייך, וכידוע המשל אז בשעת איינער איז נידון למיתה ר"ל איז כשרואה פני המלך איז באור פני מלך היים, ד.ה. אז עס ווערט נמשך חיות אויך במקום חמוצה, וואס דאס איז דער טרך ווי מען קען צוקומען צו דעם וואס חסידות מאנט, אויף להמשיך חיות אויך במקום של היפך החיים, אויף מתקן זיין אויך רע.

ה. דאס איז דאך די עבודה וואס דער אלטער רבי מאנט אלע מאל. און בשעת עס קומט זיין יום ההילולא שבכל שנה איז דאך די עלי'לשרשה היותר עליון, ובכל שנה ושנה איז די עלי' נאך א העכערע.

וע"ד דאיתא בענין הסתלקות משה, שחמישים שערי בינה נבראו בעולם וכולם ניתנו למשה חסר אחד, אבער בשעת ההסתלקות שטייט בהר נבו, טייטשט דער מגיד, נו"ן בו, אז בשעת ההסתלקות האט ער זוכה געווען אויך לשער הנו"ן, איז דאך דער שער הנו"ן כולל אין זיך אויך די מ"ט שערים, און אלץ וואס מערער עס קומט צו עליות אין די מ"ט שערים, איז בשעת עס קומט ליום ההילולא וואס יעמולט איז די עלי' לשער הנו"ן, איז דאך דארטן גופא ווערט די עלי' אלץ טיפער און טיפער.

איז ביום זה דארף מען מיטנעמען דעם כח אויף לעבען אלע ווי איין משפחה באהבה עפ"י תורה, וואס דאס בריינגט אויך צום באור פני מלך חיים, מען זאל קענען באלייכטן און ממשיך זיין חיות בכל עניניו, אויך ביז גאר נידעריקע ענינים, אז אין זיי זאל נמשך ווערן חיות פון תומ"צ, וואס אויף תורה שטייט תורת חייםאון אויף מצות שטליט וחל בהם.

ו. דאס איז דער ענין וואס מען לייענט אין היינטיקע סדרה ואלה שמות בני ישראל הבאיסמצרימה. וואס דאס הייבט זיך אן צו ריידן התחלת הגלות.

דבספר בראשית אע"פ אז דארטן דערמאנט זיך אויך די ירידה למצרים, אע"פ כן איז דאס נאך ניט דער ענין הגלות, ווארום ספר בראשית ווערט דאך אנגערופן ספר הישר, וויילע דארטן דערציילט זיך וועגען די אבות, וואס דאס איז דאך א ענין הפכי מהגלות.

וכמ"ש רש"י בשם המדרש אז כל זמן שיוסף הי' קיים איז ניטגעווען דער שעבוד, און אין נאך א מדרש שטייט אכל זמן שאחד מהשבטים הי' קיים ביז ס'איז דא א דיעה אז כל זמן שאחד מבאי מצרים הי' קיים איז ניט געווען דער שעבוד, נאר דוקא בשעת אז וימת יוסף וכל אחיו וכל הדור ההוא ערשט יעמולט איז געווארן דער שעבוד, ויקם מלך חדש שנתחדשו גזירותיו, אז אנשטאט דעם וואס פריער האמער געזאגט את טוב ארץ מצרים תאכלו איז דער נאך האט ער געמאכט גזירות קשות. איז דאך אבער ספר בראשית, ביז סיום פרשת ויחי, וימת יוסף וישם בארון במצרים, איז וויבאלד אז די שבטים האבן נאך געלעבט שהראיכו ימים אחרי יוסף, איז נאך ניט געווען דערגלות, והתחלת הגלות הייבט זיך אן צו ריידן בפ' שמות.

איז הגם טאקע אז ס'איז ירידה, אבער אע"פ כן איז דא אויך א מעלה אין ספר שמות לגבי ספר בראשית. ווארום ידוע אז בשעת התחלת הגלות האט זיך אנגעהייבן אויך אדי גאולה, וע"ד ווי עס שטייט אויפון גלות שאח"כ אז ברגע זו נולד מושיען של ישראל, אזוי אויך בגלות מצרים, אז מיד בהתחלת הגלות האטזיך שוין הנגעהייבן די גאולה, ואנכי אעלך גם עלה, וואס ענין גאולת מצרים איז דאך מ"ת וכמ"ש בהוציאך את העם ממצרים תעבדון את האלקים על ההר הזה, ד.ה. אז מיד בהתחלת הגלות האט זיך שוין אנגעהייבן דער ענין פון מ"ת.

ומצד דעם, איז מובן אז מעלת ספר שמות איז העכער ווי ספר בראשית, כידוע מעלת מ"ת לגבי עבודת האבות, שכל מעשה האבות ריחות היו אבל אנו שמן תורק שמך. און די מעלה פון מ"ת הייבט זיך אןאין גלות, בפ' שמות.

ז. וויבאלד מען זאגט אז בפ' שמות איז דא א מעלה, מוז דאך דאס זיין מרומז אין פסוק, און אין פסוק בפירוש רעדט ער דאך דא נאר בענין הירידה.

אמנם איתא במדרש ע"פ ואלה שמות בנ"י הבאים מצרים גו' ראובן ושמעון, זאגט דער מדרש ראובן ושמעון נחתו ראובן ושמעון סלקו. ד.ה. ואלה שמות בנ"י גו', אז מיט די" נעמען זיינען זיי אראפ אין מצרים און מיט די זעלבע נעמען סלקו, וואס דאס איז דאך דער כללות הענין פון היו ישראל מצויינים שם, אז אפילו אין שם וואס כללות ענין השם איז א ענין חיצוני, איז אויך אין דעם היו מצויינים. וואס דער מצויינים האט זיך אנגעהייבן באלד בהתחלת הגלות, ד.ה. אז התחלת ירידתם איז געווען באלד באופן כזה אז זיי האבן זיך באווארענט זיי זאלן בלייבן מצויינים.

אמנם, הגם ס'איז טאקע א גרויסע מעלה, אבער אעפ"כ איז דאך דאס נאך אלץ א ירידה לגבי קודם ירידתם למצרים, ווארום דאס גופא וואס מען דארף באווארנען מען זאל זיין מצויינים איז דאך א ראי' אז ס'איז א נתינת מקום עס זאל זיין אנדערש, משא"כ קודם הגלות האט מען גאר קיין באווארעניש ניט געדארפט האבן, איז דאך דאס א ירידה.

והנה דער בעש"ט טייטשט דעם פסוק ראובן ושמעון לוי ויהודה, ראובן, אז כל עניניו וואס ער טוטאיז בבדי ראו בן, מען זאל זעהן אז ער איז בנו של הקב"ה. שמעון - אז כל עניניו וואס ער טוהט איז בכדי עס זאל זיין ושמוע הולך בכל העולם. לוי - אפילו אויב ער איז זיך שוין מצטרף ומתחבר (מלשון הפעם ילוה) צו חסידים, איז דאס אויך בכדי "יהודה", מען זאל איסלויבן און זאגן אויף אים אז ער איז איינער פון די צו וועמען ער איז זיך מצטרף.

ולכאורה, איז דער פירוש א פירוש הפכי מדברי המדרש. דלפי המדרש, איז די שמות ראובן ושמעון שמות המעלה, ווארום מען זאגט דאך די מעלה אז זיי האבן כסדר געהאלטן די נעמען אויך אין מצרים, איז דאך מובן אז דאס זיינען שמות המעלה, וכן איתא להדיא בתו"א אז ראובן איז דאס די עבודה פון ראי' דחכמה, שמעון די עבודהפון שמיעה והשגה בכחות פנימיים, און לוי איז דער ביטול במציאות אז ער איז אליין גארניט מערניט וואס ער איז זיך מתחבר לאלקות, לויתן זה יצרת. ביז ער קומט צו צום ביטול פון יהודה וואס דאס איז דער ביטול דשמו"ע, כעבדא קמי מארי', קומט דך אויס אז דאס איז אלץ שמות המעלה, ולפי פירוש רעשט איז דאד דאס להיפך, די נידערילסטע עניבים ביז דעם ענין הגאוה וואס איז איז א מקור לכל המדות רעות.

אמנם, הןאפה אז ששעים פנים לתורה, און נאך מערער, כדאי' בכהאריז"ל אז אין יעדער ענין איז דא ששים רבוא פירושים אין פשט, און אין רמז אין דרוש און אין סוד, אבער אעפ"כ זיינען אלע פירושים, וויבאלד זיי זיינען אויף איין פסוק, זיינען זיי פאטרבונדן ועולים בקנה אחד.

דלפי"ז צריך למד אז פירוש הבעש"ט איז מתאים מיט פירוש המדרש. והיינו ראובן ושמעון סלקו, אז אויך די נעמען ראובן ושמעון וואס וייזן אויף גאוה, וכו', אויך דאס האבן זיי מעלה געווען.

דלפי פירוש הפשוט איז ראובן ושמעון סלקו, אז מיט וואס זיינען זיי ארויס פון מצרים, מערניט ווי מיט די שמות ראובן ושמעון וועלכע זיינען שמות המעלה, אבער די חסרונות האבן זיי איבערגעלאזן אין מצרים. דאס איז דער פשוטער יצי"מ. אמנם, דער חסידישער יצי"מ איז כפירוש הבעש"ט אז אויך די שמות ראובן ושמעון הרומזים על הגאוה, אויך דאס האטמען מיטגענעמוען, וואס דאס איז כללות ענין החסידות, אז אויך דעם רע זאל מען מתקן זיין.

ח. און דאס איז די מעלה וועלכע ער הייבט אן צו ריידן אין פ' שמות לגבי ספר בראשית, וואס דא הייבט ער אן צו ריידן בענין התשובה, דגדלה מעלת בעלי תשובה על צדיקים גמורים, וכדאי' ברמב"ם אז א בעל תשובה איז חביב יותר.

וואס דאס איז אויך דער דיוק הלשון פון צ"צ, אז מען דארף מתקן זיין דעם רע, וידוע בפירוש תיקונין אז זיי זיינען מתקן און טועהן אויף אין דעם אור, והיינו אז דורך די עבודת הנשמה לתקן את הרע, דורך דעם קומט צו א עלי' אויך אין דער נשמה, וכמעלת הבע"ת.

און די עלי' איז געקומען דורכן גלות דוקא, שזהו העלי' שאחרי הירידה, שהיא עלי' נעלית יותר, דזהו מ"ש וכאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרוץ, וכימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות, אז אזוי איז אויך דער גלות זה האחרון, איז דוקא דורך דעם וועט מען צוקומען לגילוי פנימיות התורה שיתגלה לעתיד, וואס דאס איז דער כן ירבה זוכן יפרוץ, אז מען וועט צוקומען צום ופרצת דורך יעלה הפורץ לפנינו דא מלכא משיחא בקרוב ממש.

א

הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Date
23 Teves 5720 (23 January 1960)
Id
rh-9qqeg4am

Copies

Recent activity

#208 Sichos Kodesh ה'תש"כ (test year): machine reading, one page per sicha · approved

Sources

  • drive1NRzUd1zLBT7aUgUUf-SHml…