אחש"פ
אחש"פ, שיחה יז
כג. עפי"ז וועט מען אויך פארשטיין וואס אין סדר הקערה איז מרור באמצע. מרור איז דאך שייך לכאורה לקו הסמאל און ניט לקו האמצעי ?
ולכאורה האט מען געקענט פארענטפערן, וויילע תורה איז א תורת חסד, במילא איז אויך דער שמאל פון תורה, היינו. הל"ת והעונשים, א ענין של רחמים, קו האמצעי, ווארום אלע עונשים זיינען דאך ניט צוליב מעניש זיין ח"ו נאר ס איז א דענין פון רחץ הוי' את צואת בנות ציון. ועד"מ א תינוק וואס פארשמירט זיך אין בלאטע, און די בלאטע קלעפט זיך צו צו אים, דארף מען אים וואשן מיט וואסער, און אמאל אויך מיט מים רותחים, און אמאל דארף מען אויך אראפקראצן, וואס בשעת מעשה טוט עס וויי, ס'איז אבער ניט די כוונה צו ווייטאן איס ח"ו נאר צו אפוואשן.
אמנם תירוץ זה אינו מספיק. ווארום אוןך אלע ענינים של תורה שבקו השמאל, איז די כוונה צוליב סוב ומסר, און פונדעסטוועגען וויבאלד אז בפועל איז דאם פארט א ענין סל עונס, איז דאם ניט בקו האמצעי אדער בקו הימין נאר בקו השמאל דוקא, היינט פארוואס איז מרור בקו האמצעי?
והנה בלקו"ת שה"ש פרעגט ער די קסיא פארוואס איז מרור בקו האמצעי, און ער איז מבאר, וויילע דורך מרירות איז מען ממשיך התעוררות רחמים רבים, אך אינו מובן לכאורה, הן אמת אז דורך דעם טוט מען אויף רחמים רבים, ס'איז דאך אבער פארט ט ענין של מרירות, דארף דאך דאם זיין בקו השמאל, ומאי שנא מעונשים ?
ועפ"י הנ"ל יובן, אז דער ענין המרור איז ניט אזוי ווי עונשים ויסורים. ווארום דאס איז דאך איינע פון די שלשה דברים עיקרים שבפסח. וואס ער איז תירות מיצה"ר ובמילא אויך פון די יסורים שבאים בסיבתו, נאר דאם איז ממכשירי הפסח, ד.ה. אז ס איז ניט קיין ענין בפני עצמו, א ענין של מרירות, שכוונתו בשביל הטוב, כמו העונסים, נאר ס'איז גאר לכתחילה ניט קיין מציאות בפני עצמו, ולמ"ס הרמב"ם אז דאס איז ממכשירי הפסח, דאם איז א תבלין לפסת, וואס א תבלין איז דאך ניט קיין ענין בפ"ע, נאר ער איז בכלל המאכל צו וועלכן ער איז א תבלין.
וזהו ג"כ מ"ש הרמב"ם אז מען איז יוצא ידי תובת הפסח אויך אן מרור. עס איז ניט מעכב, וויילע אויך אן מרור איז דא דער ענין הפסח, רחמים קען מען האבן אויך אן מרירות, נאר המשכת רחמים רבים איז ע"י המרירות דוקא, דערפאר איז
מצוה מן המובחר עם זאל זיין מרור צום פסח, משא"כ מרור אן פסח איז גאר קיין ענין ניט, וויילע כל ענינו איז וואס ער איד' ממכסירי הפסח.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 22 Nisan 5720 (19 April 1960)
- Events
- Acharon shel Pesach
- Id
- rh-wc7a7mj6
Copies
Recent activity
Sources
- drive