אחש"פ
אחש"פ, שיחה טז
כב. עפי"ז וועט מען אויך פארסטיין, דלכאורה אינו מובן נאך וואס דארף מען עסן איצטער מרור זכר למקדס, והרי ידוע אז די ענינים וועלכע מען טוט בזמן הזה זכר למקדש איז ע"ד ענין החינוך וואס מען איז מחנך א קטן בכדי סיהא מורגל בזה ווען ער וועט ווערן א גדול, ד.ה. אז מען טוט עס איצט בכרי סנהי' מורגלים בהס כשיבנה המקדש, והרי הדין בחינוך, אז אין וועלכע זאכן איז מען מחוייב בחינוך, דוקא אין אזוינע
ענינים וואס אין אזא מצב אין וועלכע ער געפינט זיך איצטער וועט ער זיין מחוייב ווען ער וועט זיין א גדול. משא"כ אין אזוינע ענינים, וואס לפי מצבו איצטער, איז אפילו אויב ער וועט זיין א גדול לא יהא מחוייב בהם, איז ניטא אין זיי קיין דין חינוך, ועפי"ז יוקשה, אז אפילו בזמן הבית וועט מען עסן מרור צוזאמען מיט פסח דוקא, משא"כ מרור באזונדער וועט מען ניט עסן בזמן הבית. היינט וואס איז דא שייך ענין החינוך מען זאל עסן איצטער מרור באזונדער, בכדי מען זאל זיין מורגל אין עסן מרור ?
ועפ"י הנ"ל יובן, אז דורך די עניני המרירות איצטער, וועט מען צוקומען צו אמיתית החירות של קרבן פסח שיתגלה לעתיד, כנ"ל.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 22 Nisan 5720 (19 April 1960)
- Events
- Acharon shel Pesach
- Id
- rh-8vhctffq
Copies
Recent activity
Sources
- drive