ליל ד' דחה"ס, ב' דחוה"מ, שמב"ה
ליל ד' דחה"ס, ב' דחוה"מ, שמב"ה, שיחה יא
יב. עפי"ז וועט מען אויך פארשטיין וואס עס שטייט אין גמרא הלואי שיתפלל אדם כל היום כולו. ולכאורה, תפלה איז דאך מער ניט ווי דרבנן, איז וואס פאר א ארט האט עס צו דאוונען א גאנצן טאג, אסאך גלייכער איז צו זיצן און לערנען, וואס מיט יעדער מינוט לערנען וועט ער קונה זיין נאך אמאל ש"י עולמות? ובפרט, אז ווער האט זיך דאם געוואונטשן ר' יוחנן, וואס ער האט לגמרי ניט געהאט קיין שייכות צו וועלט מער ניט ווי צו תורה, ווי עס שטייט דאך אז נבונים כיסו על עיניו און בשעת ער האט געדארפט א קוק טאן אויף וועלט האט ער געדארפט טאן פעולות מיוחדות, וואס דערפאר זאגן דאך מפרשים וועגען דעם וואס ר"י איז געלעסן בשערי טבילה און ניס מורא געהאט פאר הרהור וויילע ער האט ניט געזען קיין וועלט, היינט וואס האט ער זיך געוואונטשען שיתפלל כל היום כולו?
נאר דער פשט איז וויילע פנימיות ענין התפלה איז התקשרות צום אויבערשטען, וואס דאס איז דער יסוד ומאורות כל העבודה, וואס דערפאר דארף דאך דאס זיין נאך פאר לימוד התורה, וכתפלת אבא בנימין שתהא תפלתו סמוכה למטתו ויילע דאס איז דער יסוד אויך אויף לימוד התורה, און דאס האט זיך געוואונטשען ר"י שיתפלל כל היום, אז די גאנצע צייט זאל ער שטיין בהתקשרות ובדביקות צו אלקות.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 17 Tishrei 5720 (19 October 1959)
- Id
- rh-2t3a5182
Copies
Recent activity
Sources
- drive