וישב, א' דחנוכה, מבה"ח טבת
וישב, א' דחנוכה, מבה"ח טבת, שיחה ט
יא. (צוה לנגן ואמר המאמר ד"ה נר חנוכה כו'). ויב. דער ענין וואס האט זיך גערעדט אין מאמר בענין ההפרש בין עכשיו להגילוי דלעתיד, אז בימי שלמה אע"פ שהי' איש מנוחה פונדעסטוועגען איז נאך געווען א נתינת מקום לחורבן משא"כ לע"ל, איז דאס אויך דער ענין וואס עס רעדט זיך בכ"ם אז איצטער איז אירוסין און לעתיד וועט זיין נישואין, דענין הנישואין הוא המשכת אור חדש שלמעלה
מהשתל', וואס דאס איז אויך מתאים להנ"ל אז הגם בימי שלמה איז אויך געווען המשכת אור שלמעלה מהשתל' ולכן הי' הבירור בדרך ממילא, אבער מ"מ איז דער בירור געווען מצד גילוי אור, משא"כ לעתיד וועט עצם המציאות נהפך ווערן לקדושה, והוא אמיתית ענין המשכת אור חדש.
וואס דערפאר איז אויך איצטער ניטא קיין נשמות חדשות, ואפילו דאס וואס מען רעדט אמאל נשמות חדשות איז דאס אלץ די נשמות וועלכע זיינען געווען כלול בנשמות אדה"ר, משא"כ לעתיד וועט זיין נשמות חדשות ממש, מצד יחוד פנימי דנישואין.
פונדעסטוועגען, די גילוים דלעתיד זיינען דאך ז תלוי בעבודתינו עכשיו, מוז דאך אויך איצטער זיין מעין פון דעם גילוי דלעתיד, איז אויף דעם פראן דער ענין פון די ג' מטמוניות וואס יוסף האט באהאלטן, וואס זיי, דער מטמון הג' שהוא העיקר וועט נתגלה ווערן לעתיד, אבער אויך איצטער איז ער דאך דא בהעלם, איז ע"י השליחות של השלוחים וועלכע פארן בכל הארצות אויף ללקט את הניצוצות וועט מען מגלה זיין דעם מטמון הג' בבאולה העתידה ע"י משיח צדקנו בקרוב ממש.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 25 Kislev 5720 (26 December 1959)
- Id
- rh-q0g48ty2
Copies
Recent activity
Sources
- drive