י"ט כסלו
י"ט כסלו, שיחה ח
ח. מ'האט דאך פריער גערעדט אז ס'איז צוויי הונדערט יאר פון די הסתלקות פון בעש"ט.
מצד דעם ענין וואס "היא היא תורת הבעש"ט" איז דאך פארשטאנדיק אז דאס דארף זיך אפשפיגלען אויכעט אין תורת חב"ד, און אויכעט אין א ענין וואס דאס איז "מעין" וואס דער בעש"ט האט געוואלט.
וואס דאס איז אויכעט דער צווייטער ענין וואס היינטיקער יאר ווערט צוויי הונדערט יאר פון דער חתונה פון דעם אלטן רבי'ן, וואס ער איז דער מיסד פון תורת חסידות חב"ד, איז דאך אויכעט געווען אין תק"כ.
וואס איז די שייכות צווישן ביידע ענינים?
בכלל איז דאך די הנהגה פון א אידן טיילט זיך אויף צוויי תקופות, די תקופה וואס ער איז דעמולט אין עולם שכולו אור, ד.ה. אין עולם התורה וואס "הלה כה דברי כאש" מה אש אינו מקבל טומאה איז אזוי איז אויכעט דברי תורה אין מקבלין טומאה, דערנאך איז דא די צייט וואס ער גייט ארויס אין וועלט און ס'ווערט רחיים על צוארו,
וואס דעמולט איז דאך די הנהגה לרוב העם הנהג בהם מנהג דרץ ארץ "ואספת דגניך תירושך ויצהריך", מערניט ווי יחידי סגולה וואס זייער הנהגה איז ווי רשב"י "ועמדו זרים ורעו צאנכם", אבער הרבה עשו כרשב"י איז דעמולט איז לא עלתה בידם.
וואס בכללות איז דאס ווי דער רבי שרייבט אין הל' ת"ת אז ווען ווערט דער ענין פון דחיים על צוארו פון האבן צוטאן מיט וועלט זאכן, איז דאס לאחרי החתונה און אויכעט דעמולט לאחרי שעברו ב' וג' שנים.
וואס דערפאר וואס זאגט ער אז דאס איז דער טעם וואס בן שמונה עשרה לחופה, אז אזוי שרייבט דער אלטער רבי אין הל' ת"ת וואס בשעת דער חתונה האבן צו י"ח שנה ווי דער טייטש אז בתחילת שמונה עשרה שנה וועט ער נאך קענען לערנען, ביז דעם עשרים . לרדוף, ב' וג' שנים.
און בשעת ער וועט ווערן בן עשרים שנה וועט דעמולט זיין "לרדוף" - אויף לפרנס בני ביתו וואס דאס איז דאך א מצוה מה"ת.
וואס דערפון איז דאך פארשטאנדיק אז אין די תקופת האדם איז דער ענין פון חתונה האבן איז דאס דעמולט ווען ס'ענדיקט זיך די תקופה פון "נפשי חשקה בתורה" און ס'הויבט זיך אן דער סדר פון לתקן את הגוף ונה"ב וחלקו בעולם.
וואס אזוי איז דאך אין כללות חיי האדם הויבט זיך דאס אן פון דער חתונה וואס דאס איז די התחלה וואס ס'דארף זיין "וברכך ה"א בכל אשר תעשה".
וואס דערפון איז פארשטאנדיק אז אזוי ווי ביים בעש"ט איז דאך געווען דער געשמאק אין טאן א טובה א אידן וואס איז שלא בערך געווען צו עם, ווארום ער איז געשטאנען, ווי גערעדט פריער, אז ער איז געווען בתחילת ענינו א צדיק נסתר אפילו לגבי די צדיקים נסתרים שבדורו, האבן זיי ניט געוואוסט דעם גודל העילוי פון בעש"ט כמו שהוא לעצמו.
און דעמולט איז וואס איז געווען דער געשמאק אין טאן א טובה א אידן ביז צו זא קליינעם קינד, וואס איז שייכות מערניט ווי צו מאכן א ברכה און זאגן אמן יהא שמי' רבא.
תורת חסידות חב"ד גיט דאך ארויס תורת הבעש"ט אין הבנה והסברה - טוט זיך דאס אן אין ענינים פון סדרי העולם, אז אזוי איז מען עוסק "נפשי חשקה בתורה" ווען הויבט זיך אן די עבודה פון טאן א טובה א אידן - הויבט זיך אן לאחרי החתונה וואס אט דעמולט איז די התחלת העבודה פון טאן אין וועלט, פון "רחיים על צוארו".
וואס דערפאר איז אויכעט אין פועל, איז בה בשנה וואס דער אלטער רבי האט חתונה געהאט, איז דאך ידוע וואס דער רבי האט דערציילט אז ווען ער האט געגעבן א דסכם אויפן שידוך האט ער אויסגענומען א תנאי אז דער נדו זאל מען אפגעבן לרשותו, און מ'האט עם געגעבן א הון מצד דערויף וואס מ'האט געוואלט דעם שידוך, ער איז דאך געווען פון די גאונים שוין זייענדיק אלט צו פופצן יאר און באקומענדיק דעם נדן האט ער דאס גלייך אריינגעטאן אין איינארדענען אידן אין מלאכת האדמה ווי דער רבי דערציילט בארוכה אין זיינע רשימות פון די תולדות פון דעם אלטן רבי'ן.
וואס דאס איז גלייך געווען בפועל דער ענין פון טאן א טובה א אידן, האט ער געענדיקט די תקופה פון נפשל חשקה בתורה, במילא איז דאך ניט שייכות צו וועלט, ווואס דערפאר איז דאך בן עזאי וואס ביי עם האט זיך אנגעהאלטן כל ימי חייו איז דאך לא נשא, און אפילו אז ס'איז געווען דער ענין פון איז דאך גירשה, משא"כ דער סדר וואס לשבת בראה איז דאס איז "נכנס בשלום ויצא בשלום", איז דער סדר וואס מ'האט חתונה און מ'הויבט אן טאן א טובה א אידן און מ'גיט אוועק אויף דעם דעם גאנצן נדן וואס מ'באקומט צו דער חתונה.
אין חסידות איז דא נאך א ענין, וואס דאס איז כידוע וואס דער אלטער רבי האט העזאגט אז מ'האט עם געפרעגט וואס איז א חסיד, און ער האט געוואלט ענטפערן בקיצור, האט ער געזאגט אז א חסיד איז דער וואס טוט לפנים משורת הדין.
האט מען עם געפרעגט אז זיי ווילן האבן א ראי' וואו שטייט דאס אין נגלה דתורה - האט ער געזאגט אז דאס איז א בפירוש'ע גמרא: וואס איז די גמרא - זאגט ער אז טאן יענעם א טובה איז ע"פ דין דארף מען דאס טאן, מ'איז אבער ניט מחוייב דאס טאן ווען פאר זיך איז דאס א ענין פון היפך הטובה, די גמרא זאגט בנוגע צו ציפרניים אז "שורפן איז חסיד" רשע איז זורקן בינוני קירבו, און וואס איז א סימן פון א חסיד-- בשעת ער איז "שורפן".
וואס איז דער חילוק פון "קוברן" ביז "שורפן" - "קוברן" איז אז ער בריינגט ניט אט דאס וואס ס'קען מזיק זיין א אשה מעוברת. דאס בריינגט אבער אויכעט ער פארהיט אויכעט א אידן אז ס'זאל ניט זיין א דבר בלתי טוב, דאס פארהיט אבער אין אזא מין אופן אז עס שאט דאס ניט, דערפאר איז "קוברן".
ס'האט אבער אין זיך... וואס ס'קען זיך אמאל מאכן ס'קען אמאל קומען צוגיין און אראפשיטן דעם עפר וואס ס!געפינט זיך אויף די צפרנים.
ווי אזוי קען מען באווארענען עד לתכלית אז מ'זאל מבער זיין דעם רע . אינגאנצן - דורך א ענין וואס ס'זאל ווערן אויס צפרנים, איז דעמולט איז דאך דא אבער א חשש (וואס ס'שטייט אין ספרים) אז בשעת מ'איז שורף צפרנים איז דעמולט קען דאס אנרירן דעם בעל הצפרנים.
און אט דאס איז דער ענין פון א חסיד - אז ער רעכנט ניט אז אפשר עם וועט דאס קענען אנרירן, אבי דורך דעם וועט ער באווארענען אויף עוקר מן השורש זיין די מציאות אויף אפטאהן א היזק א צווייטן אידן.
וואס דאס איז דער כללות ההנהגה פון לפנים משורת הדין.
וואס אט דאס איז אויכעט וואס מצד הדין וואלט דאך געווען גענוג ווען דער אלטער רבי הויבט אן דער סדר פון חתונה "בן שמונה עשרה לחופה" - האט ער דאס אנגעהויבן פון פריער וע"ד ההנהגה פון לפנים משורת הדין, און האט דאס אנגעהויבן אין אזא מין אופן, דער ענין פון מלאכת האדמה איז דאך פארבונדן מיט חזקה שלש שנים האט ער דאס אנגעהויבן אין אזא מין אופן אז בשעת עס וועט קומען דעם זמן אז ער איז דעמולט מחוייב אין דעם אופן העבודה אינגאנצן - וועט שוין דעמולט זיין א חזקה שלש שנים ביי די אידן וואס ער האט זיי אוועקגעזעצט אין מלאכת האדמה.
וואס דערפאר פון תק"כ וואס ער איז דעמולט געווען אלט פופצן יאר ביז ער איז געווארן בן שמונה עשרה לחופה, איז דורכגעגאנגען די שלש שנים וואס ביי זיי איז געווארן א חזקה אין דעם אופן הפרנסה פון טאן א טובה א אידן.
- נאר וואדען, דאס איז ניט ווי דעמולט איז געווען, בזמן הבעש"ט דאס איז. געווען מן הקצה אל הקצה פון אן אופן פון רזין דרזין בהעלם הכי גדול אפילו ביי צדיקים נסתרים ביז זאגן א ברכה מיט אמן יש"ר מיט א תינוק קטן - נאר מ'האט דאם מלביש געווען אין אן אופן פון הבנה והשגה מצד סדר השתלשלות פון נעמען נדן און דערנאך פון דעם נדן לייען אידן, און באשיינקען אידן און באזעצן זיי על האדמה וואס דארטן זאל ביי זיי זיין "וברכך ה"א בכל אשר תעשה".
וואס דאס איז אויכעט די הוראה לכל אחד ואחד, וואס איצטער איז דאך ווי דער אלטער רבי האט געזאגט אז חסידות איז ניט נאר פאר א טייל אידן, נאר דאס איז א נחלה פון אלע אידן ס'וועט נעמען צייט ביז וואנעט ס'וועט צו אלעמען דערגיין - איז דאס איז די הוראה און נתינת כח לכל אחד ואחד:
אז בשעת מ'גייט מיט אט דעם סדר, אז מ'האט א געשמאק פון טאן א טובה א אידן, איז אט דעמולט האט מען ביידע זאכן, איי דער איד האט די טובה איי ער האט דעם תכלית העילוי, ווי גערעדט אין מעלה פון א עובד אויף א משכיל און דער מעלה וואס ער פארבינדט זיך דורך דערויף "פדאני לי ולבני מבין האומות" פון תינוק שנשבה לבין העכו"ם, איז דאך דעמולט אויכעט פדאני "לי" - דעם אויבערשטן.
וואס דורך דערויף קומט ער דערנאך בעבודתו צו פדה בשלום נפשי, ווי דער מיטעלער רבי איז מבאר בארוכה דער תורה פון דעס אלטן רבי', אז דעמולט איז ער אין די דרגא פון "בכל מאודך - אז ער האט אינגאנצן ניט קיין רע, ניט נאר אז יצרו מסר בידו און ניט נאר "לבי חלל בקרבי", נאר דער יצה"ר ווערט דערנאך א מסייע און כולו טוב, ע"ד ווי אין עולם האצילות וואס דארטן איז "לא יגורך רע", און דאס האט ער בעבודתו דא למטה אין כל עניניו הגשמיים האט ער ניט קיין רצון און קיין תענוג "בלתי לה' לבדו".
און מצד דערויף וואס ער האט געטליכקייט בכל עניניו איז דאס פורץ כל הגדרים
פון עולם און ער האט בני חיי ומזוני רויחי, כפשוטו. לחיים.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 19 Kislev 5720 (20 December 1959)
- Events
- 19 Kislev
- Id
- rh-an73drfs
Copies
Recent activity
Sources
- drive