נשא, ט' סיון
נשא, ט' סיון, שיחה ח
ט. די הנהגה פון אראפטראגן די מיס קדושים ביז צו מטה מטה, איז דאס איז דאך כמבואר בתניא פל"ב בענין אוהב את הבריות, אז מען דארף זיך אראפלאזן אפילו צו די דבריות, שאין בהם שום מעלה ורק בריות בעלמא, אויף מקרב זיין זיי לתורה.
וואס דאס איז דאך מצד מעלת התיקון, וכמבואר במ"א על מדז"ל לעולם יהא אדם רך כקנה ואל יהא קשה כארז, אז מצד דעם ענין פון רך כקנה, אס מען צוטאן אויך מיט בריות, וואס דאס איז מעלת התיקון.
דהנה ארז"ל מה איכפת לי' להקב"ה אם שוחט מן הצואר או מן העורף, אלי לצרף בהם את הבריות, איז דאך ענין צירוף רבריות דערלאנגט אין א ארט וואס מצד עצמו איז כחשיכה כאורה ולא איכפת, וואס אין דעם מרז"ל רעדט מען דאך צוויי אופנים: א) אז דאס איז אין צוויי באזונ- דערע מדריגות. אין חיצוניות המקיף איז לא איכפת און אין פנימיות איז איכפת ואיכפת. ב) אין דעם זעלבן ארט וואס לא איכפת דארטען גופא איז איכפת.
וביאר הענין עפ"י המבואר במ"א בענין ממלא סובב והעצמות.
אור הממלא איז בגילוי אין וועלט. וואס דאס וואס אנבראים פילן אז זיי לעבן, דאס איז דאך דער חיות אלקי פון ממלא. עס איז מער ניט וואס עס הערט זיך ניט אן אז אס איז א חיות אלקי, אין דעם באשטייט דער העלם, אבער דער חיות, אליין איז דאך בגלוי און מען איז אים תרגיש.
דער אור הסובב אבער איז בהעלם. ד,ה. אז מען פילט אים לגמרי ניט. ווארום אויב דער סובב וואלט געווען בגלוי (אפילו אין אזא אופן ווי גילוי הממלא וואס עס הערט זיך ניט אן אז ס'איז אלקות) וואלט ניט קענען זיין קיין מציאות העולמות כלל. ווארום דער אור הסובב איז בפשיטות ובל"ג און עולמות זיינען דאך מוגבלים, וואס זייער גאנצער מציאות איז הגבלה, במילא קען זיך אין זיי ניט הערן דער אור הסובב, ווארום אויב עס וואלט זיך אגעהערט אין זיי א אור בל"ג, וואלטן ניט קענען זיין קיין עולמות.
אמנם, העצמות איז בגלוי, דשם שמים שגור בפי כל.
און אעפ"כ און אעפ"כ איז דאס קיין סתירה ניט צו מציאות העולמות. וטעם הדבר הוא, וויילע ער איז ניט בגדר תפיסא. דאור הסובב איז בגדר תפיסא, אז דארטן וואו ער איז בגילוי ווערט ער נתפס, במילא אויב דער אור הסובב וואלט געווען בגילוי ו בעולמות וואלט ער נתפס געווארן אין זיי און זיי וואלטן תופס געווען אין אים, און דאס איז א סתירה למציאותם, משא"כ העצמות אינו בגדר תפיסא כלל, איז כאטש אז ער איז בגלוי, זיינען די עולמות איס ניט תופס כלל וכלל, און ער איז ניט קיין סתירה צו זיי.
ועד"ז יובן בענין מה איכפת. אז אין השתל' דארטן קען זיין נוגע מעשה התחתונים, משא"כ אין דעס אור שלמעלה מהשתל' מוז זיין לא איכפת. ווארום אויב דארטען וועט זיין איכפת דער ענין פון תומ"צ, וואלט מוזן זיין אין עולם כפי הכוונה, און עס וואלט ניט געווען קיין בחירה חפשית, דערפאר איז דארטן לא איכפת וכחשיכה כאורה. משא"כ בהעצמות (וכמו"כ בפנימיות המקיף) איז איכפת ואיכפת, און אעפ"כ איז דאס ניט שולל קיין בחירה, וויילע ער איץ ניס נתפס אין דעס כלל וכלל, וואס דאס איז דער פשט אז אין דעס זעלבן ארט וואס לא איכפת דארטן גופא איז איכפת. והיינו אז דאס וואס איכפת איז ניט בגדר תפיסא.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 9 Sivan 5720 (4 June 1960)
- Events
- Nasso, 9 Sivan
- Id
- rh-mghzp4mq
Copies
Recent activity
Sources
- drive