בראשית, מבה"ח וער"ח מ"ח
בראשית, מבה"ח וער"ח מ"ח, שיחה ד
ד. אין דעם ענין פון "ופרצת", וואס דאס דארף דאך זיין בכל אחד, איז וויבאלד אז על שלשה דברים העולם עומד, וואס דאס איז דאך ניט נאר עולם כפשוטו נאר אויך דעם עולם קטן זה האדם כדאי' במדרש תנחומא, איז בכדי עס זאל זיין דער ופרצת אין דעם אדם מוז זיין דער ופרצת אין די ג עמודים.
וואס אזוי איז דאך מובן אויך כפשוטו, אז מען קען ניט מאכן א בנין זאל זיין בלי גבול בשעת די עמודים וועלן זיין בהגבלה, מוז דאך זיין דער ופרצת אין די ג' עמודים . וואס יעמולט קען זיין דער ופרצת אין כללות העולם קטן ועולם גדול.
וואס דער ביאור ענין ופרצת אין די עמודים פון עבודה וגמ"ח האט מען דאך שוין מבאר געווען (בשיחת שמחת בית השואבה).
אין עבודה זו תפלה, האט מען גערעדט, אז ס'איז פראן ווי דאס איז במצות עשה, צי דער ענין פון בקשת צרכיו אדער אויך דער ענין פון עבודה שבלב כמ"ש הרמב"ם וואס דאס איז דאך בהגבלה, אזוי ווי בקשת צרכיו איז דאך דאס נאר ווען עס פעלט אים עפעס, וכמו"כ עבודה שבלב זאגן דארטן אויך די מפרשים אז מען קען יוצא זיין איין מאל במשך זמן ממושך, דאם איז דאך אבער דער ענין פרטי ומוגבל שבתפלה, פראן דאך אבער וואס דער אלטער רבי זאגט אז תפלה איז דער חוט השדרה וואס גיט חיות בכל האברים, איז דאס איז דער ענין הבל"ג שבתפלה, וכמרז"ל הלואי יתפלל אדם כל היום כולו, אז וואו נאר ס'איז דא א רגע, דארף זי זיין ממולא מיטן תוכן התפלה מלשון התקשרות, כמשנ"ת בשיחה הנ"ל בארוכה.
אזוי אויך אין דעם ענין פון עמוד הגמ"ח זו צדקה, האט מען מבאר געווען, אז ס'איז פראן צדקה ווי זי איז א מצות עשה, און דאס איז בהגבלה, צי מעשר צי חומש מצד תקנת אושא, פראן אבער צדקה בבחי' בל"ג און דאס איז דער ענין פון וחטאך בצדקה פרוק, וואס דאס איז מבטל אלע גזירות און מכפר אויף אלע חטאים ופגמים שבכל המצות, וואס מצד דעם איז דאך מוכרח אז דאס איז א ענין כללי, און דערפאר איז די צדקה אן הגבלות, ווארום כל אשר לאיש יתן בעד נפשו כמ"ש בתניא, וכמו שנתבאר בשיחה הנ"ל בארוכה.
דער ענין פון ופרצת אין עמוד התורה, האט מען לכאורה געקענט מבאר זיין, אז ס'איז פראן לימוד החורה ווי דאס איז א מעשה מסויימת, און פראן דער ענין פון גדול תלמוד שמביא לידי מעשה, וואס דאס איז א ענין כללי, וויבאלד ס'איז מביא למעשה כל המצות.
אבער באמת קען מען אזוי ניט זאגן, מצד כמה טעמים:
א) אויך דער ענין הלימוד המביא לידי מעשה איז א מצוה שנמנה בכלל המצות, וואס פון דעם איז מוכרח אז ס'איז וניט קיין ענין כללי, ווארום א ענין כללי איז ניט נמנה במנין המצות כמ"ש הרמב"ס בספר המצות. .
ב) דאס וואס מביא לידי מעשה איז ניט מוכרח אז דאס זאל ארויסקומען בא אים אליין, ווארוס עס קען דאך זיין אז ער זאל לערנען דעס דין און אויסשרייען בכל הפינות אז אזוי און אזוי איז די הלכה, במילא איז דאך ניט יעדער איינער מוכרח בשביל עשיית המצות דעם לימוד, און דער ופרצת בתורה דארף דאך זיין בא יעדער איינעם.
ג) אפילו אויב ער וועט זיך ניט פארלאזן אויפן רשכבה"ג אדער ראשי סנהדרין נאר ער אליין וועט דורך לערנען די דינים, מ"ם איז דאך דאס א ענין שבהגבלה, וכמ"ש אדה"ז בהל' ת"ת אז ס איז שייך א מציאות פון אפלערנען כל התורה השייך למעשה, נעמט דאך דאס א משך זמן מסויים, איז דאך דא א ענין שבהגבלה און ניט ופרצת.
נאר דער ענין פון ופרצת בתורה איז: ווי די גמרא זאגט אז ס איז דא סוג שתורתם אומנתם, וואס דאס איז דאך ניט די מצוה פון תורה, ווארום מצד המצוה קען ער דאך זיין באופן פון הנהג בהם מנהג דרך ארץ וקביעות עתים לתורה, אדער נאך מערער תורתם קבע ומלאכתם עראי, אבער ניט תורתם אומנתם וואס קיין אנדער ענין האבן זיי ניט, וואס דאס איז ניט מצד המצוה נאר אויב ער וויל קען ער זיך אריינשטעלן אין דעם אופן שתורתם אומנתם, אז דאס איז זיין גאנצע אומנות, בלי גבול.
וע"ד שנת"ל בענין הלואל שיתפלל אדם כל היום כולו, אז דאס איז זיין גאנצער ענין, אזוי אויך בענין התורה, שתורתם אומנתם, דאס איז זיין גאנצער אומנות, וכל רגעיו יוכל עניניו זיינען ממולא מיט תורה.
און דערפאר איז מי שתורתו אומנתו פטור מהתפלה וויילע דאס איז דער ופרצת אין תורה וואס פארבייט מעלת התפלה.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 29 Tishrei 5720 (31 October 1959)
- Id
- rh-sr1jn8px
Copies
Recent activity
Sources
- drive