שמיני, מבה"ח אייר
שמיני, מבה"ח אייר, שיחה ה
ו. עפ"י הנ"ל וועט מען אויך פארסטיין א ענין אין ספירת העומר, וואס עפ"י נגלה איז דאס לגמרי ניט מובן.
דער ענין פון ספירה איז דאך פארבונדן מיט הקרבת העומר, וכמ"ש וספרתם לכם גו' מיום הביאכם את עומר התנופה, עומר איז דאך אזוי ווי אלע קרבנות, וואס דער דין בא קדסים איז הלילה הולך אחרי היום. וואס דערפאר איז דאך א קרבן שנאכל ליום אחד אדער לשני ימים, איז ער נאכל אויך די נאכט וואס נאך דעם. דלפי"ז, האט דאך געדארפט אויסקומען אז ספה"ע וואס איז א המשך פון עומר, האט אין איר אויך געדארפט זיין דער סדר פון לילה הולך אחרי היום, איז אבער
לפועל דער דין ניט אזוי. איז הגס די גמרא לערנט עס אפ פון א פסוק, איז אבער פון פסוק מער ניט ווי א ראי' אז דער דין איז אזוי, ס'איז דאך אבער ניט מובן, וואס איז טאקע דער טעם אויף דעם ?.
והענין: קרבן פסח און אזוי אויך דער ערשטער טאג פסח, איז ענינם חרות, חרות בגשמיות וחרות ברוחניות, כמשנ"ת בסיחות חג הפסח, און דאס איז געווען א גילוי מלמעלמ"ט, ד.ה. אז די וועלט אליין איז ניט נזדכך געווארן בפנימיותה, מער ניט וואס עם האט אין איר מאיר געווען א גילוי אור, מצד המעלה, ביז אז אפילו מ"ת, וואס דאס איז גמר וסלימות יצי"ם כמ"ס בהוציאך את העם ממצרים תעבדון אה האלקים על ההר הזה, איז אויך יעמולט ניט נזדכך געווארן די וועלט בפנימיותה, וואס דערפאר איז דאך געווען רעכט אז נאכן גילוי פון מ"ת, ווי ס'איז נאר געווען דער במסוך היובל, איז געבליבן די וועלט בחומריותה, ביז אז ס' איז געווען דערנאך דער חטא העגל.
והנה, פון יצי"מ האט זיך אנגעהויבן אויך די גאולה העתידה, וכמ"ש כ"ק מו"ח אדמו"ר בפירוס כימי צאתך, כימי לשון רבים, וויילע פון יצי"מ האט מען אנגעהויבן צו גיין א דער גאולה העתידה, וואס זי איז אנדערס פון יצי"ם דערמיט וואס יעמולט וועט זיין דער זיכוך העולם בפנימיות, ביז אז וראו כל בסר, ואפילו חיות ובהמות.
און דער טעם אויף דעם איז, וויילע יצי"מ איז געקומען בדרר מלמעלמ"ט, ניט דורך עבודה, און די גאולה העתידה וועט קומען דורך עבודה עכסיו, איז מצד העבודה וועט דאס זיין אין א פנימיות אין וועלט.
ווארוס הגס אז דער גילוי דלעתיד וועט דאך זיין
א סאך א סאך העכער פון עולם, אעפ"כ איז דאס אויך תלוי בעבודה, וכנ"ל אז דער גילוי פון סמיני איז דורך עבודה אין סבעת ימי המילואים.
די התחלת העבודה, וואס ס'איז געווען באלד נאך יצי"מ, אויף צוגרייטן זיך און גיין צו דער גאולה העתידה, איז די ערשטע זאך געווען ספירת העומר. ומסכרה נדע מהותה, וויבאלד אז דער סכר המצוה איז דער גילוי דלעתיד, וואס אין אים וועט זיין צוויי קצוות, א) המסכת אור שלמעלה מהעולמות לגמרי, ב) און דער אור וועט נמשך ווערן אין וועלט בפנימיותו, במילא איז אויך די מצוה אליין, האט אין זיך די ביידע קצוות, א) ס'איז א המסך פון קדסים. ב) ס'איז אין סדר הבריאה, ויהי ערב ויהי בקר.
דהנה, דער חילוק פון סדר דגבי קדסים ביז סדר הבריאה איז, אז בא קדסים איז א ענין פון גילוי אור מלמעלמ"ס, דערפאר הויבט זיך דאס אן פון יום - אור, און אויך דער לילה וואס קומט שפעטער שהו"ע הבירורים, איז דאס אויך בירורים ווי זיי קומען מצד א גילוי אור. משא"כ סדר הבריאה איז מלמסלמ"ע הויבט זיך אן מיט חוסך, און דורך עבודח איז מען מזכך דעם עולם ביז זי ווערט א כלי צו אור.
ספירה, וואס זי איז א הכנה צו דער גאולה העתידה, דארף זי דאך מזכך זיין דעס עולם, במילא מוז מען ארבעטן אין וועלט מיטן סדר פון וועלט. ברישא חשוכא והדר נהורא. אבער דאס טוט מען מיטן כח פון קדשים, מען גייט מיט א אור שלמעלה מהעולמות, און דעם אור איז מען ממשיך אין וועלט בפנימיות.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 26 Nisan 5720 (23 April 1960)
- Id
- rh-52b2w2hj
Copies
Recent activity
Sources
- drive