נשא, ט' סיון
נשא, ט' סיון, שיחה ד
ד. דער רבי האט אמאל גערעדט אין דעם ענין פון אהבת ישראל וואס דער בעש"ט האט אויפגעטאן. און ער האט געזאגט, אז דער עצם ענין פון אהבת ישראל שטייט דאך אין דער תורה, ואהבת לרעך כמוך, נאר דער בעש"ט האט באוויזן דעס פאר-וואס.
- ד.ה. אז אין דעס וואס מען דארף ליב האבן יעדער אידן, אויך אנשים פשוטים, אפילו א איד וואס געפינט זיך בקצוי תבל, וואס דאס מיינט מען ניט נאר קצוי תבל בגשמיות נאר אויך ברוחניות, איז אין דעס האט דער בעש"ט באוויזן דעם פאר-וואס, ד.ה. ער האט באוויזן די מעלה פון יעדער אידן -
און דער בעש"ט האט געשיקט זיינע תלמידים צו לערנען זיך מדות טובות פון אנשים פשוטים אזוי ווי מדת הבטחון וכדומה.
- דער קישור להנ"ל איז קענטיק אז דער מיט האט ער באוויזן זיינען תלמידים די מעלה פון אנשים פשוטים. ווכמבואד בכ"מ בענין המס"נ וואס ס' איז דא בא אנשים פשוטים מערער ווי בא בעלי מוחין, וכמשל הידוע פון דעם וואס ס'איז גרינגער אריינלייגן א עקב במים חמים ווי דעס ראש, וואס דאס איז דאך אויך וואס שטייט והאיש משה עניו מאד מכל האדם אשר על פני האדמה, אז משה האט זיך געהאלטן קלענער אפילו
פון דעם דור יתום דעקבתא דמשיחא, מצד מעלת המם"נ שבהם -
און דער רבי האט דאן געזונט, אז מען קען ניט זאגן אז ער האט זיי געשיקט לערנען זיך מדות טובות כפשוטו, ווארום ח"ו אז בא די חברייא קדישא פון תלמידי הבעש"ט האט עם געפעלט, נאר דער פשט איז, אז ער האט זיי געשיקט לערנען זיך השתלמות המדות.
וואס דער ביאור אין דעם איז: התעוררות המדות קומט פון שכל. בשעת ער איז זיך מתבונן אז די זאך איז גוט ווערט ער נתעורר במרת החסד והקירוב און בשעת ער איז זיך מתבונן אז די זאך איז היפך הטוב ווערט ער נתעורר במדת הגבורה. דאם איז אבער מער ניט ווי שרש הגלוי של המדות. אבער באמת האבן מדות א טיפערן שרש ווי שכל, כמאמר ז"א בעתיקה אחיד ותליא ואו"א במזלא אתכלילו. וואס דאם איז אויך דער טעם וואס מיר זעהן. אז לאחר שנתעוררו המרות מהשכל קענען זיי זיין בתוקף יותר משכל המולידם. איז דער טעם אין דעם, וויילע בשעת שכל איז זיי מעורר, עפענט ער אויף די טיר און זיי פארבינדן זיך מיט זייער שרש.
אמנם, בא בעלי מוחין איז דער שכל מגביל די מדות, ואינם בשלימות, און השתלמות המדות איז בא אנשים מסוטים דוקא.
ומתאים למשנת"ל אז מעלת האנשים פשוטים איז בענין המס"נ סלמעלה מהשכל, שהוא ע"ד ענין השתלמות המדות. וואס מצד דעם איז אריינגעשטעלט געווארן אין תורת החסידות אויך די מעלה פון השתלמות המדות, אויך צו בעלי מוחין - צי וואס ואער איז בעצם א בעל שכל, צי בסעת ער איז זיך עוסק עכ"פ בתורה, איז בשעת מעשה האט ער דא אויך די מעלת המדות
שלמעלה מהשכל, וואס אויך דאס איז אריינגעגעבן געווארן אין חסידות, אויך צו בעלי מוחין.
וואס בעלי מוחין בעצם האבן ניט די מעלה, וכמו בענין הבטחון, איז מצד שכל קען ער דאך קלערן פארוואס איז ער ווערט אז דער אויבערשטער זאל אים געבן, משא"כ א איש פשוט ווייס דעם פראסטען פירוש המלות פון הזן את העולם כולו בטובו בחן בחסד וברחמים, אדער ער ווייס אויך ניט דעם פירוש המלות נאר דעם תוכן הדברים בלבד, בא אים איז דער בטחון בשלימות. האט חסידות אויפגעטאן אז די שלימות המדות זאלן זיך הערן אויך אין הסגה.
וואס דאס איז דער ביאור אין דעם וואס דער בעש"ט האט געגעבן דעם "פארוואס", דלכאורה, איז דאך עיקר המעלה בהשחלמות המדות שלמעלה מהשכל איז נאך וואס דארף מען האבן דעם "פארוואס"? נאר דער פשט אין דעם איז, אז מעלת השתלמות המדות האט זיך געהערט אויך אין טעם ושכל פון פארוואס.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 9 Sivan 5720 (4 June 1960)
- Events
- Nasso, 9 Sivan
- Id
- rh-y87njrk4
Copies
Recent activity
Sources
- drive