חיי שרה, מבה"ח כסלו
חיי שרה, מבה"ח כסלו, שיחה ו
ז. בספר צוואת ריב"ש, נאך דעם וואס ער פארענדיקט די ערשטע פיסקא שנתבארה בהתועדויות הקודמות, הייבט ער אן די צווייטע פיסקא: שויתי הוי' לנגדי תמיד, און טייטשט אפ אז אלע ענינים דארפן זיין בהשואה, סיי בשעת מען איז אים מכבד סיי בשעת מען איז אים מבזה דארף דאס זיין בא אים בהשואה, וכן בכל הדברים, און אזוי אויך במאכלות, סיי בשעת ער עסט א מאכל ערב סיי א מאכל מר, דארף דאס זיין בהשואה, און דערנאך זאגט ער דארטן נאך עטליכע ענינים שיתבארו בע"ה אין די קומענדיקע התועדות'ן, און ער איז מסיים: והיא מדריגה גדולה מאד.
אויף דעם ענין ההשתוות בריינגט ער ניט קיין ראי' איז מובן אז ער לערנט אז דאס איז דער פשט הפסוק פון שויתי הוי' לנגדי תמיד, אז מצד דעם וואס הוי' לנגדי במילא איז ז אלע ענינים זיינען בא אים בהשתוות.
א) וואס ער רעכנט אוים כמה פרטים און ער זאגט אויך וכן בכל הדברים, דממה נפשך, אדער ער דארף רעכענען פרטים און ניט ועגן וכן בכל הדברים, און אויב ער זאגט וכן בכל הדברים דארף ער ניט זאגן קיין פרטים?
א ב) אויב ער רעכנט שוין יע פרטים און שטעלט אויך א כלל, איז דאך דעם כלל האט געדארפט שטיין אדער קודם לכל הפרטים אדער נאך אלע פרטים, וואס איז דאס אבער פאר א סדר וואס פריער זאגט ער א פרט, דערנאך א כלל און דער נאך וויישער א פרט.
ג) ווי קען מען זאגן אז די עבודה פון שויתי איז
מדריגה גדולה מאד, מען זעט דאך אז התחלת הטור והתחלת השו"ע וכן בשו"ע אדמו"ר הזקן איז די התחלת כל השו"ע הייבט זיך אן מיט שויתי הוי' לנגדי תמיד, וואס דאס איז א ענין וואס ס'איז נאך פאר נעגל-וואסער און נאך פאר מודה אני, דאס איז א ענין באלד ווי ער כאפט זיך אויף פון שלאף, און דער שויתי כו' איז א עצה ער זאל אופשטיין, וואס ס' איז דאך מובן אז בשעת מען כאפט זיך ערשט אויף פון שלאף האלט מען ניט בא קיין הויכע מדריגות..
מוז מען דאך זאגן אז דער שויתי וועגען וועלכע עס א רעדט זיך אין שו"ע און דער שויתי וועגען וועלכן עס רעדט זיך בצוואת ריב"ש זיינען צוויי באזונדערע ענינים.
איז ווי גערעדט אין די פריערדיקע התועדות'ן אז די ביאורים אין תורת הבעש"ט נעמט מען אין תורת חב"ד, וואס היא היא תורת הבעש"ט, איז אויך דעס ענין וועט מען פארשטיין מהמבואר בתורת חסידות הב"ד.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 27 Cheshvan 5720 (28 November 1959)
- Id
- rh-mmq4thjk
Copies
Recent activity
Sources
- drive