ליל ב' דחה"פ
ליל ב' דחה"פ, שיחה ו
יא. דער רבי האט אמאל דערציילט אז בא דעם אלטען רבי'ן איז געווען דער סדר אז פסח צום סדר פלעגט זיין א סאך כלים. ווי עס שטייט אין סו"ע אז עס זאלן זיין כלים נאים. אמאל ווען דער אלטער רבי איז ארויס צום סדר און א קוק געטאן - 4ל? אויפן איס, האט ער געזאגט, אז עס פעלט עפעם. אז מען האט זיך ארומגעקוקט, האט מען געזען אז עס פעלט צוויי זאכן. א כף קטנה מיט א זילבערנע טאבאק פושקע וועלכע איז געווען אן א דעק. די סיבה וואס ס'איז געווען אן א דעק, איז וויילע די דעק איז געווען פון נחוסת קלל, האט דאס דער אלטער רבי גענוצט פאר מכוון זיין תפלין שבראס.
בסעת מען האט דערציילט די מעשה צום צ"צ, האט מען אים דערציילט, אז דער אלטער רבי האט אפגעבראכן דעם דעקעל פון די פוסקע. האט דער צ"צ געזאגט: דעם זיידענס ענין איז ניט געווען ברעכן. ער האט ניט געבראכן ניט זיך און ניט יענעם. נאר די דעקל איז געווען מחובר צו די פוסקע דורך א חוט, האט דער זיידע אראפגענומען דעם חוט, איז במילא אראפ דער חיבור פון דער דעקעל מיטן פוסקע. בא דעם צ"צ איז אויך געווען א ריבוי כלים צום סדר, נאך מערער ווי בא דעם אלטען רבי'ן, ביז בא דעם רבי מהר"ש איז געווען גאר א ריבוי כלים נאים, ביז אז ס'איז געווען א ספיציעלער טיש פאר די כלים, און דארטן זיינען געשטאנען פופציק זעכציק מנורות, און אלע האבן געברענט, צווישן די מנורות איז אויך געווען א מנורה בת י"ג קנים וואס דער רבי מהר"ש האט אליין געמאכט (כידוע אז די רופאים האבן אים געהייסן צוליב בריאות סאן עבודת יד, האט ער געמאכט כמה כלים, צווישן די כלים איז דא אויך א מיטל וואס מען האט געבראכט א הער מיט עטליכע יאר צוריק).
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 15 Nisan 5720 (12 April 1960)
- Events
- Pesach, night 2
- Id
- rh-0g4p0f3j
Copies
Recent activity
Sources
- drive