עברית
Library

י"ט כסלו

י"ט כסלו, שיחה יא

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

יב. דער עולם איז שוין אפילו פארמאטערט און ס'איז שוין נאך חצות אויכעט, אבער אזוי ווי ס'איז דאך א מנהג און מ'האט געמאכט א סיום הש"ס און אן אנהויבס פון ש"ס איז עפעס וועט מען זאגן לכל הפחות בקיצור. .

ס'איז דאך די התחלת הש"ס איז דאך "מאימתי קורין את שמע בערבית".

פרעגט אויף דערויף גלייך די גמרא, פארוואס הויבט ער אן מיט "ערבית", קריאת שמע איז דאך דא "בשכבך ובקומיך", איז דאך דא די קריאת שמע בערבית און איז דא בשחרית, פרעגט ער די שלאה פארוואס הויבט ער אן מיט ערבית -

פארענטפערט ער אויף דערויף "כברייתו של עולם ויהי ערב ויהי בקר".

וואס דער גאנצער תירוץ איז ניט נאר ער פארענטפערט ניט די קושיא נאר ער מאכט איר נאך שטארקער:

דער גאנצער ענין פון תורה איז דאך אויף עפעס אויפטאן אין וועלט.

ובפרט נאך ווי גערעדט פריער אז וועלט מצ"ע האט א מחיצה, אז ס'איז דא א גבול ביז וואנעט זי קען שטייגען, ביז וואנעט (בל' החסידות) שורש הנבראים אבער ניט העכער, איז דאס נאכאלץ גשמיות, ווארום ווי ער בריינגט אראפ פון עיקרים אין חסידות, איז וויפל ס'זאל ניט זיין קיין השתלשלות קען ניט ווערן פון רוחניות גשמי גשמיות, במילא אז מ'זעט א דבר גשמי איז ווי העכער מ'זאל עם ניט נעמען איז ביז זיין שורש ומקור איז דאך נאכאלץ גשמיות.

דער גאנצער ענין פון תורה איז, אז מ'זאל אין דער וועלט איבערמאכן אז ס'זאל זיין ניט ווי זי איז מצד הבריאה, איז בשעת ס'הויבט זיך אן התחלת התורה, וואס דאס איז דער ענין פון התחלת תורה שבע"פ, הויבט מען איר אן און מ'פרעגט פארוואס הויבט זיך אן תורה אזוי אן - ענטפערט מען אויף דערויף "כברייתו של עולם"?! ד.ה. פונקט דער היפך, לכאורה, ווי ס'דארף זיין די הנהגה פון תורה?!

וואס דאס איז דאך אויכעט ווי גערעדט פריער אז יעדער ענין איז דא אין נגלה אדער ברמז אדער א דין, איז דא א דין אין חו"מ אז דעת בעלי בתים איז דאס היפך פון דעת תורה.

וואס דאס רעדט זיך ניט וועגן בעלי בתים וואס זיי זיינען ניט קיין שומרי תורה ומצוות, ניט אויף זיי איז די שאלה צי מ'מעג ביי זיי פרעגן שאלה אין חושן משפט, נאר דאס רעדט זיך פאר בעלי בתים וואס עסקם בעולם, וואס זיינען שומרי תורה ומצוה, במילא האבן זיי אויכעט א קביעות עיתים בתורה מצד דערויף, אבער וואס - ער איז א בעל הבית און רוב עסקו בעולם, איז ביי עם די הנחה פארקערט ווי ס'איז דעת תורה, וואס דערפאר נעמט ארויס דער סמ"ע דין בהנוגע צו מנהג דיינים.

איז דאך לכאורה גענוג אז מ'ווייס ניט פארוואס מ'הויבט אן ערבית און ניט שחרית, דער תירוץ וואס די גמרא בריינגט אז ברייתו של עולם איז תחלת ערב און דערנאך בוקר, בשעת די קושיא איז אז ס'האט געקענט אנהויבן אדער שחרית אדער ערבית, וויבאלד אבער אז מיר ווייסן אז ברייתו של עולם איז פריער ערבית און דערנאך שחרית, דארף אין תורה זיין פארקערט ווי וועלט! אויף דערויף איז דער תירוץ, דער סיום הש"ס וואס מ'איז מסיים "כל השונה הלכות בכל יום איז מובטח לו שהוא בן עוה"ב (און מ'לערנט דאס אפ) שנאמר הליכות עולם לו א"ת הליכות אלא הלכות".

וואס דער ענין פון "כל השונה הלכות" איז דאך ווי רש"י בריינגט אראפ "הלכה למשה מסיני", ד.ה. ניט דער ענין ווי מ'לערנט עם בהבנה והסברה, דער שכל מיט די שקו"ט שבדבר, נאר דער פסק דין אז אזוי איז די הלכה, און בפרט נאך ווי רש"י פארטייטשט דאס "הלכה למשה מסיני" - אז "אם הלכה היא נקבל" ס'מעג זיין אין שכל קושיות און ס'איז ניט קיין נפק"מ צו דער הלכה.

און אויף דערפון איז דאך פארשטאנדיק אז דאס איז העכער פון דער שכל האדם.

און אויף דערויף זאגט מען אז ווי אזוי דארף זיין דער "שונה הלכות": דארף דאס זיין בכל יום ויום, יעדער טאג מוז האבן א הלכה.

לכאורה פארוואס?! ער האט דאך נעכטן געלערענט פיר און צוואנציק שעה, קען ער דאך א טאג איבערהיפען, און דערנאך דעם צווייטן מעתהלעת ווייטער לערנען פיר און צוואנציק שעה. .

- זאגט מען ניין! א סדר איז דאס, און דער טאג וואס ער לערנט די גאנצע פיר און צוואנציק שעה האט ער אויפגעטאן א גרויסער ענין, אבער אט דאס וואס ס'גייט-דורך א יום און ער האט אין דעם יום ניט קיין הלכה, פאלט אפ די הבטחה אז "מובטח לו שהוא בן עוה"ב".

בשעת ער לערנט א פאר מינוט, דערפאר וואס מער קען ער ניט, בכל יום א הלכה, כאטש אפילו דאס איז א פאר מינוט בכל יום, האט ער די הבטחה אז ער וועט זיין "בן עוה"ב".

זאגט מען אויף דערויף דער טעם "שנאמר" - דער טעם שטייט אין פסוק, "הליכות עולם לו": "אל תקרי" דער כלל- דער של"ה און כללי הש"ס בריינגען אראפ אז "אל תקרי" איז ניט דער פשט אז דער פריערדיקער פירוש איז בטל, נאר ס'איז דא ביידע פירושים, ס'איז דא ווי ס'שטייט פאר דעם "אל תקרי" און ס'איז דא ווי ס'שטייט נאך דעם "אל תקרי".

און איינער איז ממלא און משלים דעם צווייטן.

וואס דערפון איז אויכעט פארשטאנדיק אז דא איז אויכעט דא די ביידע ענינים, דער פירוש הפשוט, "אין מקרא יוצא מידי פשוטו", אז "הליכות עולם לו", וואס דער פירוש הפשוט איז אז דער אויבערשטער פירט אן מיט דער וועלט ווי ביי עם קומט אויס, אזוי פירט זיך אין דער וועלט, און אויף דערויף זאגט מען "אל תקרי הליכות אלא הלכות" - אז ס'דארף זיין "הלכות עולם לו" - מ'דארף ממשיך זיין די הלכות אין עולם.

נאך אט דעס כלל פון כללי הש"ס אז ס'איז ניט קיין סתירה, און פארקערט"אל תקרי' איז משמע איין פירוש דעם צווייטען, איז אין דערויף אויכעט פארשטאנדיק:

ווי אזוי פירט אן דער אויבערשטער די וועלט: דורך דעם וואס דער וועלט פירט זיך ווי ע"פ תורה.

וואס דערפאר איז דאך ווען א איד פירט זיך ע"פ תורה איז דעמולט נעשה שותף להקב"ה במעשה בראשית, דער אויבערשטער האט באשאפן די וועלט און האט געזאגט אז זיין רצון איז אז זי זאל זיך פירן אין דעם און דעם וועג, דערנאך דארף אבער זיין דער "לעשות - לתקן" למעשה ידיך תכסוף, און ס'דארף זיין דער עבודת האדם אז זי זאל דורכפירן אין דער וועלט, דורכפירן און מאכן פון דער וועלט א מקדש ושכנתי בתוכם, די וועלט זאל ווערן א דירה לו ית'.

וואס אט דאס איז במשמע, אז ווי אזוי קען זיין דער פשט הפסוק "הליכות עולם לו" אז די וועלט זאל זיך פירן ווי דער אויבערשטער וויל, בשעת ס'איז דא דער "אל תקרי הליכות אלא הלכות" - ס'איז דא דער פסק דין ווי אזוי מ'דארף זיך פירן, וואס אט דעמולט טוט מען דאס אן אין וועלט, וואס דערפאר דארף מען האבן בכל יום.

ווארום ס'איז דאך בכל יום ויום איז דער חידוש הבריאה, ע"ד ווי ס'איז געווען בששת ימי בראשית, איז דאך ווי ער זאגט דער לשון אין זהר אז "כל יומא ויומא עביד עבידתי'", יום ראשון איז געווען א טאג פאר זיך און יום שני א טאג פאר זיך, אט דערפאר דארף מען האבן יעדער טאג, אט אזוי ווערט דאס דערנאך נשנה (איבערגעחזר'ט) מידי שבוע בשבוע,, דערפאר זאגט מען דאך "היום יום ראשון היום יום שני" כאטש אפילו פון בריאת העולם איז דורכגעגאנגען אזוי פיל צייט, און אזויפיל טעג, נאר אזוי ווי יעדער שבת איז דאך בדוגמא פון שבת בראשית זאגט מען דאך אויף דערויף "זכר למעשה בראשית", איז דער זונטיק וואס נאך שבת איז דאס סדוגמא ווי דער יום ראשון לשבת בראשית, און אזוי איז דער יום שני ביז דעם השישי.

וואס דערפאר דארף מען האבן, אזוי ווי יעדער טאג האט דאך געהאט די אמירה פון די דברות, דער "ויאמר אלקים יהי אור" און אזוי בכל יום ויום המשכת אלקות וואס איז העכער פון שכל האדם, אט אזוי דארף מען האבן אז ס'זאל זיין דער ענין פון הלכות בכל יום, דא איז ניט נוגע די שקו"ט, דא איז נוגע דער מעשה בפועל ווי ס'זאל זיין אין וועלט, און איין טאג קען ניט מוציא זיין אין דעם צווייטן, דערפאר וואס דאס איז א נייע בריאה פונקט אזוי ווי ס'איז געווען ביי ששת ימי בראשית.

און דערפאר איז אויכעט דער ענין פון הלכות און ניט די שקלא וטריא, דערפאר וואס דא איז נוגע "הליכות עולם" ווי די וועלט זאל זיך פירן בנוגע צו חיים בעולם, דארף מען האבן א פס"ד בעולם, אט דאס טו און אט דאס טו ניט.

וואס דערפון איז אויכעט פארשטאנדיק פארוואס עפעס מ'דארף דערנאך אנהויבן דוקא פון בערב, וויבאלד אז דער ענין פון תורה איז-אז ס'זאל זיין-אז פון די הלכות זאל ארויסקומען "הליכות עולם לו", איז דערפון פארשטאנדיק אז מ'קען ניט דורכלאזן צוועלף שעה אן תורה, אז די ערשטע צוועלף שעה לויט די בריאה זאל זיין אן א הלכה - קען דאס ניט זיין, וויבאלד אז "ברייתו של עולם" דער עולם איז באשאפן געווארן וואס דאס איז געווען "ויהי ערב" - מוז מען גלייך האבן די קריאת שמע, דער "מאימתי קורין את שמע בערבית" - מ'קען ניט פארלאזן זיך אויף צוועלף שעה ארום, ווען ס'וועט זיין די קריאת שמע בשחרית, דערפאר וואס דער עולם האט דעמולט קיין קיום ניט.

וואס דאס איז דער קיום פון עולם איז דאך בשביל התורה - דארף מען האבן די הלכות פון תורה, די המשכה פון "הליכות עולם" גלייך אין דעם ערבית דערפאר וואס די וועלט איז באשאפן ויהי ערב - מוז מען גלייך האבן אין דערויף דעם "שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד" אין דעם ח' וואס דאס איז די ז' רקיעים וארץ און אין ד' רוחות העולם ווי די גמרא איז מפורש אין ברכות.

וואס דאס איז אויכעט דער קישור פון די שני ענינים:

פון "הליכות עולם לו" - דורך הלכות, וואס דאס איז מכריח אז גלייך ווי ס'ווערט "ברייתו של עולם" מוז גלייך וערן א ענין פון "קריאת שמע", דער אויספירן אז מ'זאל וויסן זיין אז אין ארץ שבעה רקיעים און ד' רוחות איז דאס "ה' אחד", וואס אט דעמולט קען דערנאך קומען אז אין דעם ערב זאל ער ממשיך זיין דעם אחד, ווי ער זאגט אין מדרש אז "יחידו של עולם" איז געווען ניט נאר אין דעם ויהי בקר נאר אויכעט אין ויהי ערב, און פארקערט - דאס איז געווארן אן אחדות שלימה.

ווואס בכללות אין עבודת האדם איז דאד אויכעט דא זיין "ערב" און זיין "בקר":

ווואס בכללות זיין בוקר איז דאס צייטן ווען ער שטייט אין א רום המעלה, ער פילט ביי זיך אן עלי' בנפש, ביי עם איז אויכעט דא זיין ערב ווען ער פילט ביי זיך אז ער איז אראפגעפאלן אין זיין עבודת ה' און זיין לימוד התורה און קיום המצוות און עשיית הטוב והחסד.

זאל מען וויסן זיין אז ער קען זיך ניט פארלאזן אז ווען וועט ער שרייען "שמע ישראל ה' אלוקינו ה' אחד" ווען ער וועט שטייען אין עילוי הדרגא - בשעת ער שטייט אין שפלות הדרגא איז אט דעמולט קען ער זיך פירן ווי ס'פירט זיך - להבדיל - ניט קיין איד, און ווארטן ביז ס'וועט ווערן דער "ויהי בקר".

- זאגט מען עם, אז וויבאלד אז ס'איז דא "ברייתו של עולם", אז ס'איז דא א מציאות פון אן עולם קטן זה האדם, איז מעג דאַ זיין ויהי ערב איז די ערשטע זאך דארף ער אנהויבן שרייען "שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד".

און מ'איז נאך מוסיף, אז פון דער משנה וועט ער קומען דערנאך און דאס וועט ממשיך זיין די משנה פון "מאימתי קורין את שמע בשחרית".

וואס אט דאס איז אויכעט ובהקדים ובהמשך צו תורת הבעש"ט וואס מ'האט געזאגט אז "כי תראה חמור שונאך" דארף דוקא זיין "עזב תעזב עמו", אז דער גוף מיטן חומר דארפמען אויך דורכדעם דינען דעם אויבערשטן, כאטש אפילו דער חומר איז א חומר פשוט, און ניט א ענין פון רוחניות, עאכו"כ ניט קיין ענין פון אלקות, ימשא"כ די נשמה איז דאך "נשמה שנתת בי טהורה היא", און ווי גערעדט פריער אז אפילו ווי זי שטייט אין דעם גוף איז דאס אויכעט פארבונדן מיט מזל דנשמה מיטן שורש ומקור הנשמה, איז אעפ"כ זאגט מען אז ס'דארף זיין "עזב תעזב עמו" מיטן גוף צוזאמען, אז די נשמה נאך איידער דער גוף געפינט זיך "בשכבך" אין א אופן פון שכיבה, איז אט דעמולט דארף די נשמה שרייען אין דעם גוף, ביז וואנעט דער גוף זאל אנהויבן אויכעט טאן דעם "שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד". און אט דעמולט איז מסיים "ישראל" "ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד", ווי ער דערציילט אין מדרש אז בני יעקב האבן געזאגט "שמע ישראל" אז מיר האלטן אז "ה' אלקינו ה' אחד", האט דעמולט יעקב געזאגט "ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד", כאטש אפילו משה רבינו האט דערצו ניט געדארפט אנקומען ווי די גמרא זאגט אין פסחים.

בנוגע אבער אין "עקבתא דמשיחא" וואס דאס ווערט אנגערופן "עקב" און אט דעמולט האט מען געגעבן ישראל, ווי דערקלערט אין שיחה אז דאס איז געווען כדי אויפצומינטערן אידן פון זייער שלאף, איז דאך דא איינע פון די עצות אז מ'גייט-צו און מ'איז לוחש שמו באזנו, מ'שעפשעט עם אריין אין אויער זיין נאמער בלשון הקודש, כאפט ער זיך אויף פון א תרדמה עמוקה ביותר.

אט אזוי איז אויכעט אין עקבתא דמשיחא בשעת ס'איז געווען דער "אכשור דרא בתמי'", האט מען מגלה געווען די נשמה פון בעש"ט וואס שמו איז דאך געווען "ישראל", און דאס האט אריינגעבריינגט דעם פארבונד מיט די נשמה, וואס זי איז פארשלאפן אין א אידן, מיט זיין שורש ומקור, ווי זי שטייט למעלה,ביז אין עולם האצילות אין "טהורה היא"".

וואס דאס כאפט אויף אידן "עורו ישנים מתרדמתכם" וואס דאס איז מעבודת ר"ה פון כל השנה, און עד"ז אויכעט פון ר"ה דדברי אלקים חיים, ווי דער רמב"ם איז מבאר בארוכה אין די אלע דריי דרגות פון מלכיות זכרונות און שופרות, אבער די התחלה הויבט זיך אן פון תקיעת שופר, וואס דאס איז "רמז יש בדבר עורו ישנים מתרדמתכם", אז תמורת זה וואס ס'איז "בשכבך" פועל'ט מען אויף אז ס'זאל שרייען די וועלט "שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד".

און אט דעמולט פועל'ט מען אז מ'זאל נאכמאל לערנען און צוקומען ביז צום סוף פון ש"ס ווי די ששה סדרי משנה, דער "ה' עוז לעמו יתן ה' יברך את עמו בשלום" וואס אויף דערויף פסק'נט דאך אפ אין משנה אז דאס איז כלי מחזיק ברכתו של הקב"ה.

אז דורך אט דעם שלום, דעם אמת'ן שלום פון תורה זאל זיין דער "פדה בשלום נפשי", און דאס וועט ממשיך זיין ברכתו של הקב"ה וואס זי איז בלי גבול דער מושבע בכל טוב.

און דאס זאל אראפקומען ביז למטה אין "הליכות עולם לו" אז אידן ווערן בעלי בתים אויף וועלט, און מ'מאכט פון וועלט א דירה לו ית'. לחיים.

הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Date
19 Kislev 5720 (20 December 1959)
Events
19 Kislev
Id
rh-wq5t8c57

Copies

Recent activity

#208 Sichos Kodesh ה'תש"כ (test year): machine reading, one page per sicha · approved

Sources

  • drive10fFZt-fC3W8MXOBXnnxuSB…