פורים
פורים, שיחה י
טו. דער פרשת היום לויט דער תקנה פון דעם רבי'ן אז מ'זאל לערנען דעם
פרשה חומש מיט רש"י פון דער סדרה, וביום ראשון ביז שני, האט אין זיך דער פרשת הכיור, און פאר דערויף זאגט מען די פרשה פון כי תשא את ראש בני ישראל.
זאגט ער אויף דערויף אין מדרש אז משה האט געפרעגט דעם אויבערשטען וואס וועט זיין מיט אידן, האט אים דער אויבערשטער געענטפערט אז דורך "כי תשא" וועט ער אויפהייבן אידן.
דאס הייסט אז דורך דער מצוה פון מחצית השקל וועט דאס פועל'ן א נשיא ראש - כי תשא את ראש בני ישראל.
וכמבואר דער ענין בזה בכמה מקומות, אז דער מחצית השקל זיינען דאך געגאנגען אויף אויפבוען די מאת אדנים למשכן, אבער דער מצוה לדורות וואס אויף דערויף זאגט ער "כי תשא" גייט דאס אויף מחצית השקל וואס דערפון פלעגט מען ברענגען די קרבנות ועניני ציבור, און וואס אלס זכר לזה גיט מעץ פורי: פאר דער מגילה אויכעט די מחצית השקלים. דער גרויסקייט פון דעם ענין איז ווי ער זאגט אין מדרש אז ראה הקב"ה אז המן ווועט וועלען געבען עשרת אלפים ככר כסף ביהודים לאבדם, איז זיינען געקומען די שקלים דאקדומי לשקליו, אז דער מחצית השקל האט מבטל געווען די גזירת המן.
בקיצור דער ענין איז, דער גזירת המן איז על כל היהודים - ווי גערעדט פריער - בשוה. דערפארוואס זיי זיינען בני אברהם יצחק ויעקב, וואס במילא זיינען זיי דאך כופר בע"ז און מודה בהקב"ה, במילא איז ער דאך מודה בכל התור כולה, וואס אין דערויף גלייכען זיך אויס אלע אידן, אט דערפאר איז אויכעט דער ענין אז מ'זאל טאן א זאך וואס אלע אידן זיינען דאך נצטוה בשוה, וואס דאס איז געווען דער ענין פון קרבנות ציבור. וואס אין ציבור איז דאך דאס גע. א קרבן פאר כל העדה כולה למקטנם ועד גדולם. כמבואר דער ענין בארוכה ואין כאן מקומו להאריך.
נאך דערויף זאגט ער גלייך דער פרשת הכיור. אז בשעת מ'וועט בויען דער משכן, איז "ועשית כיור נחושת וכנו נחושת לרחצה", "ורחצו בו אהרון ובניו את ידיהם ואת רגליהם בבואם אל הקודש. וואס לכאורה איז ניט פארשטאנדיק, כיור האט דאך א שייכות ווי ער זאגט אז בבואם אל הקודש דארף מען פאר דערויף וואשן את ידיהם ואת רגליהם, האט דאך געדארפט דער ציווי שטייען איידער מען האט אנגעזאגט אויף שאר כלי המשכן, אפילו אויף די קרשים ויריעות. לכל הפחות האט דאס געדארפט שטייען בהמשך מיט די כלי המשכן ובניין המשכן. זעט מען אז אין צווישן איז געווען א גאנצע הפסק, און ערשט דערנאך דערציילט מען דער פרשת הכיור וכנו נחושת, און צו וואס איז מען דאס מצרף און ווען קומט דאס גלייך נאך דעם ענין פון כי תשא את ראש בני ישראל, וואס דאס איז דער ענין פון מחצית השקל שבו כל בני ישראל בשוה.
איז דאך דערפון פאישטאנדיק אז דער ענין פון כיור האט א שייכות צו דער ענין וואס ס'וויל אויפטאן מחצית השקל, וואס דערפאר קומט דאס בסמיכות איין ציווי צו דער צווייטער ציווי.
וואס איז געווען דער ענין פון כיור, איז ווי ער זאגט אז דאס איז געווען כדי דער כהן זאל ווערען טהור אז ער זאל קאנען מקריב זיין א קרבן צו דער אויבערשטער. אדער קומען אל הקודש להשתחוות לפני ה', ווארום אבי ער בלייבט בקודש טאר ער ניט, ס'דארף זיין עפעס אין דערויף א תכלית. איז אויב ער איז בבואו אל הקודש אדער ער איז מקריב א קרבן, דארף מען ווערן טהור, אין וואסיפאר אן אופן ווערט מען טהור "ורחצו את ידיהם ואת רגליהם" פון דעם כיורינחושת וכנו נחושת.
פון וואס איז געמאכט געווארען דער כיור, איז ער געמאכט געווארען ניט פון זהב און ניט פון כסף, נאר פון נחושת ד.ה. פון דער פחות שבמתכות.
פון וואנענט האט מען גענומען די נחושת, דערציילען דאך חז"ל אז דאס איז געווען במראות הצובאות אשר צבאו פתח אוהל מועד, אז די נשי בני ישראל פון אותו הדור האבן געבראכט זייערע שפיגלען, וואס דעמאלט איז געווען שפיגלען דורך דערויף וואס מען פלעגט נעמען נחושת קלל, און מ'פלעגט דאם אזוי אנרייבן אז דאס האט געבליטשעט פלעגט דאס אפשפיגלען דער מראה הפנים, און אט די מראה האט מען אפגעגעבן דעם משכן כדי דערפון זאל מען ניצען צו בויען, "ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם".
דערציילט ער ווייטער אז משה רבינו האט ניט געוואוסט צי זאל ער דאס מקבל זיין צי ניט, דערפאר וואס דאס איז א ענין המעורר תאוה. האט אים דער אויבערשטער געענטפערט אז דאס איז די מראות הצובאות, !וואסן האבן אויפגעשטעל צבאות הוי' צבאות, וואס זיי זיינען ארויס פון מצרים און דערנאך זיינען זיי אריין אין ארץ ישראל, און זיי זיינען די זרע ברך ה' וואס פירן דורך דער אויבערשטענס שליחות בעוה"ז הגשמי והחומרי.
דער הוראה מזה לכל או"א, וכמדובר כמ"פ אז דאס וואס ס'איז געווען יד שנשתלחה במקדשיך איז דאם געווען אין ביהמ"ק גשמי, אבער איןנדער ביהמ"ק שבלבו של כאו"א מבני ישראל איז דאס היינגט אפ אין אים אליין, און אויב ער איז זיך נאר משתדל ועוסק בזה האט ער א מקדש בנוי על תילו, דער "ושכנתי בתוכם-בתוך כאו"א מישראל".
אט דער מקדש דארף זיך אבער נעמען פון וועלט זאכן, ע"ד ווי ס'איז געווען דער משכן האט מען דאך געבראכט דער זהב וכסף ונחושת, ווי ער רעכנ'ט אויס די י"ג אדער די ט"ו דברים ווי ער זאגט די צוויי גירסות, אז דאס הייסט אז פון וועלט זאכן דארף מען אויפשטעלען א דירה לו ית', וכאמור לעיל בארוכה אז דאס איז דער תכלית פון תורה מאכען פון וועלט אז דאס זאל ווערן א מקום קדוש א ביהמ"ק.
וואס לכאורה איז ניט פארשטאנדיק, מ'האט דאך צו טאן מיט וועלטישע. זאכן קאן דאך ניט זיין אז עפעס זאל זיך ניט צוקלעפען, און ווי מ'זעט דאך דאס בטבע בני אדם אז המתאבק עם מנוול קלעפט זיך צו אים צו אבק ועפר אדער אפילו בלאטע, און ס'דאך ניט שייכות אז בלאטע זאל מען אריינטראגן ח"ו אין ביהמ"ק אפילו אין הר הבית האט מען דאס אויך ניט געטאן ווי די גמ' זאגט אין סוף ברכות.
אויף דערויף איז די עצה אז איידער מען גייט אריין אין דער ביהמ"ק דארף מען דאס אפוואשן. וואס דארף מען וואשן? דארף מען וואשן אט די חלקים פון גוף וואס האבן בעיקר צו טאן מיט וועלט, וואס איז דאס? דאס איז ידים ורגלים, וואס די רגלים ברענגען דאך דער אדם אין וועלט, מצד עצמו האט ער דאך געדארפט זיין אין ביהמ"ק - בד' אמות של הורה אדער בד' אמות של תפלה, דער רגליו מובילים לו און ברענגען אים אין עוה"ז הגשמי. און בפועל איז דאך דער רגל שטייט דאך „דירעקט" אויפן ארץ ועפר הגשמי.
מיט וואס טוט ער אין וועלט? איז דער ממוצע צווישן א מענשען מיט וועלט ווערט אנגערופן בשם יד. דער כלי דאס איז זיינע הענט מיט וועלכע ער נעמט זאכען פון וועלט און גיט אריין זאכען אין וועלט, און ס'ידוע
דער פירוש המשנה אין אנהייבס פון שבת, אז ס'דא דער בע"ב בפנים וואס דאס איז דער אויבערשטער, און דער עני בחוץ וואס דאס איז א איד וואס דארף דורכפירן די שליחות אין עוה"ז הגשמי, און אט דא איז דא די ענינים וואס "דודי שלח ידו מן החור" דער '"פשט בע"ב מבפנים לחוץ", אדער "הכניס העני מרה"ר לרה"י". .
איז אט די ענינים וואס קומען אין בארירונג און וואס לייגען זיך אריין אין עניני העולם, איז דאס דער ערשטער זאך דאס וואס ברענגט א מענטשען און פארבינדט אים מיט וועלט, וואס דאס ווערט אנגערופן בשם דגל, אדער אט דאס מיט וועלכע ער נעמט וועלטישע זאכן אדער ער ברענגט אריין אין וועלט זאכן וואס זיינען העכער פאר וועלט, וואס דאס ווערט אנגערופן בשם ידים.
און אט דאס דארף מען אפוואשן. וואס הייסט אפוואשן? איז דאס ווי אין דין הנגלה ובקיצור אז מ'נעמט וואסער און מ'גיסט ארויף, איז אט דעמאלסט דדי בשר ועצמות ועור בלייבט במקומו אט די וואס זיינען צוגעקומען - ס'האט זיך צוגעקלעבט צו די עור ובשר ועצמות, צו די ידים ורגלים איז אויב מ'גיסט גענוג וואסער שווענקט דאס אראפ דער אבק ורפש וטיט.
אויף מים שרייבט דער רמב"ם אין סוף הל' מקואות אז דאס איז א רמז בדבר אז דאס איז מי הדעת הטהור, מים ווערט אנגערופן דער ענין פון דעת טהור, דער דע את אלוקי אביך, דער דעה אין געטלעכקייט וואס דאס איז דער ענין פון תורת החסידות, און בשעת מ'גיסט דאס אויף די ענינים אויף די חלקים פון'ם מענשלעכען לעבען וואס קומען אין בארירונג מיט וועלט, האט דאס אין זיך א טבע אז דאס שווענקט אראפ די הנחות פון וועלט, און דאס שטארקט דער ונפש השנית בישראל וואס זי איז א חלק אלוקה ממעל ממש.
וואס אט דעמאלט ווערן די ידים ריין און די רגלים ריין, קאן ער אויספירן תפקידו בעולמו אויף מאכן פון וועלטישע זאכן - פון זהב וכסף ונחושת, מאכן דערפון א ביהמ"ק א משכן לו ית'.
און אין דערויף זאגט מען אז מען דארף ניט האבק דוקא אזא מין וואס ביי אים איז א שכל גדול ביותר, און א שכל זך ביותר און א נעלה ביותר, ס'דארף ניט זיין פון זהב און ס'דארף ניט זיין פון כסף ס'קאן זיין פון הפחות במטלטלין, אויב נאר ער גיט די נחושת ווי ס' שטייט דער לשון אין פסוק "נדיב לבו יביאי'" ער גיט דאס מיטן פולן הארצן, איז אט דעמאלסט איז אט די הבנה והשגה וויבאלד אז דאס נעמט זיך פון א ריינער אידישער הארץ, ווישט דאס אראפ און ס'שווענקט אראפ דעם אבק ורפש וטיט וואס האט זיך. צוזאמען געקליבן אויף ידיו ורגליו.
דערציילט אונז די תורה א חידוש, אז ווילען מיר וויסען ווער האט דאס אויפגעטאן, איז אע"פ וואס לכאורה איז דאך כל כבודה בת מלך פנימה, און ווער האט צו טאן מיט וועלט האט צו טאן דעד בע"ב דער מאנסביל פון הויז, איז והיא הנותנת, מצד דערויף וואס ער געפינט כמה וכמה שעות בעוה"ז איז אים דערנאך שווער פאנאנדער קלייבען וואס איז א פרעמדע זאך און וואס איז ביי איס אן אייגענע זאך.
בשעת ער האט די חכמת נשים בנתה ביתה, וואס דאס איז די כבודה בת מלך פנימה, און זי שטעלט אוועק די הויז אז זי זאל זיין על יסודי התורה והמצוה, איז מעג דאס זיין אפילו א ענין פון נחושת וואס דאם איז דער פחות שבמטלטלין, זי גיט דאס אבער מיט א ענין של חביבות, וואס אויף דערויף באוויזט אט דאס וואס דאס ווערט נחושת נועץ, כדי די נחושת זאל קאנען זיין א מראה דארף דאס זיין אנגעריבען ביז וואנענט דאס בלישטשעט, וואס דאס באווייזט דאך אויף חביבות הענין, איז אט דעמאלט מאכט מען אז אין דער מתכות זאל זיך אפשפיגלען פני אדם.
וואס אט דאס איז ביכולת דוקא אט די וואס געפינט זיך אין הויז, וואס לכאורה איז דאך נשים דעתן קלה, מצד דערויף וואס דאס איז בנות שרה רבקה רחל ולאה האבן זיי אין זיך די כח מצד כח האמונה וואס דאס איז דא מער ביי נשים ווי ביי אנשים, אז זי מיט אמונה פשוטה פילן און קלייבן זיך פאנאנדער אז דאס געהערט צו עוה"ז החומרי דארף מען דאס אראפשווענקען, און דאס געהערט צו דעם חלק עולם פון וועלכען מ'קאן מאכן א משכן ומקדש לו ית'.
ביז וואנענט אז מ'זאגט אז אפילו אט דער ענין וואס ביי א מאנסביל קאן אויך אויסווייזען אז דאס איז א ענין שלעמ"ז א ענין של תאוה, איז מצד אמונה פשוטה מאכט דאס איבער אז דערפון זאל אויסוואקסען און אויפגעשטעלט ווערן צבאות הוי'. ווארום ווי דער רבי שרייבט אין תניא אז דער לבוש וואס יעדער נפש האט און מוז דאס האבן, וכל התורה והמצוה שהוא עושה היינגט זיך אפ אין דער לבוש, נעמט זיך דאס פון קידוש אביו ואמו בשעת.
זעט מען דאך דערפון די הוכחה, וויבאלד אז מ'האט אויפגעשטעלט אידן וואס זיי זיינען געווען צבאות ה', און "יצאו מארץ מצרים על צבאותם" איז דאס דאך א הוכחה אז ס'איז געווען די לבושים ווי ס'דארף צו זיין, און ס'געווען די קידוש ווי עס דארף צו זיין.
און דער ענין וואס משדלתו בדברים און דערנאך איז דא די מראות הצובאות, איז דאס איז געווען אלס ענינים אין קדושה.
און אט דאס איז וואס מ'זאגט אז פריער איז מען מודיע אז ווי אזוי קאנען אידן "כי תשא את ראש בני ישראל", דורך דערויף וואס אידן פאראייניקען זיך אין א קרבן ציבור כולם ביחד, און מ'גניט בלב אחד ובנפש אחת אויף מקריב זיין א קרבן צו דעס אויבערשטען, וואס מצד דערויף, מצד דער נקודת היהדות און מצד די מס"נ איז דאס ווי גערעדט פריער ביי גזירת המן און ביי די. גאולה פון די גזירה, זיינען דאך כל היהודים בשוה, איז דערפאר איז העשיר לא ירבה והדל לא ימעיט, און אלע דארפן געבען בשוה דער מחצית השקל.
דענאך זאגט מען אז מ'קאן ניט בויען גלייך דער מקדש פון וועלט, מ'דארף פריער"וועלט"צוגרייטען אז דאס זאל ווערן א מקדש, דארף מען דאך פאנאנדער- קלייבען וואס געהערט ניט צו א אידן, און וואס א איד קען איבערמאכן, איז אויף דערויף האט מען דער אמונה פשוטה פון נשים צדקניות שבאותו הדור, וואס זיי גיבען אפ אפילו די מראות אויכעט אויף אויפבויען א כלי וואס דאס וועט אפוואשן דער אבק ורפש וטיט פון וועלט, און דאס ווועט מכשיר זיין דערנאך אז מ'זאל קאנען גייען בבואם אל הקודש, ולהחיות קרבן לה'.
אט אזוי איז אויכעט דאס וואס ס'איז געווען ביי נשים צדקניות שבאותו הדור פון גאולת מצרים, וואס בזכותן איז נגאלו אבותינו ממצרים, זאגט ער דאך אין מדרש אז אזוי איז אויכעט אויף "כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות", וועט דאס אזוי אויכעט זיין בגאולה העתידה לבא בעגלא דידן ע"י משיח צדקינו,
אז בזכות נשים צדקניות שבאותו הדור, וועט מען אויף נגאל ווערן דורך דערויף וואס זיי וועלען איינשטעלען זייערע הויז על יסודי התורה והמצוה, און אריין נעמען כמה ענינים, אבער דערנאך פאנאדער קלייבען זיך וואס מען דארף אראפ שווענקען און ארויס ווארפן, און וואס עס דארף בלייבען אין הויז, און דערנאך מאכן פון דער הויז דער "ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם",
דאס וועט זיין די הכנה אויף דער בית המקדש שלישי וואס ער איז בנוי ועומד, וועט יורד זיין למטה מעשרה טפחים, און דעמאלט וועט זיך אנהייבען דער עבודה פון "ורחצו אהרן ובניו את ידיהם ואת רגליהם", און זיי וועלען מקריב זיין די קרבנות ציבור פון מחצית השקל, דורך "תשא את ראש בני ישראל", במהרה בימינו על ידי משיח צדקינו. לחיים. צוה לנגן אבינו מלכנו, ניגון אדמוה"ז - בבא הרביעית ג"פ, ניע זשוריצי. צוה לאמר לחיים. (שאל לא' אם התפלל ערבית). אח"כ אמר: די וואס זיינען מחוייב אין א ברכה אחרונה וועלען מסתמא מאכן א ברכה אחרונה. די וואס ווילען נאך פארבריינגען איז תבא עליהם ברכה. די וואס זיינען עד דלא ידעי זאלן זיי ממשיך זיין עד כי יבא משיח בעגלא דידן. (א' נעמד להתפלל ערבית ואמר לו אד"ש: מאכט א ברכו).
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 14 Adar 5720 (13 March 1960)
- Events
- Purim
- Id
- rh-zq9mb1p0
Copies
Recent activity
Sources
- drive