חיי שרה, מבה"ח כסלו
חיי שרה, מבה"ח כסלו, שיחה ג
ד. דער דריטער ענין איז: נר דולק מערב שבת לערב שבת (ומצד קוצר הזמן וועט מען ריידן דעם ענין בקצרה).
א נר טוט ניט אויף קיין נייע זאך, בשעת מען צינדט אן א נר אין א צימער איז דאך די אלע זאכן וועלכע געפינען זיך אין צימער זיינען געווען אויך פריער, נאר דער אונשערשייד איז, אז פריער איז געווען פינסטער און מען האט ניט געוואוסט וויהין מען גייט, און דער נר האט געמאכט ליכטיק, אז עס זעט זיך אן יעדער ענין קלאר.
וכמו"כ בעבודה איז בשעת ס'איז פינסטער וויים ו מען ניט וואו מען געפינט זיך, מען פארבייט טוב אויף רע און רע אויף טוב מתוק למר ומר למתוק, וכדאיתא בגמרא והובא בקונט' עץ החיים אז בשעת ס'איז פינסטער קען מען אריין פאלן אין א גרוב, וואס דעריבער איז נוסף להעבודה דעיסה ואוהל מוז זיין אויך די עבודה פון נר דולק, אויף מאכן ליכטיק ע"י המאור שבתורה זוהי פנימיות התורה, וואס דאס באלייכט אים בכל עניניו.
דער ענין פון נר דולק כפשוטו איז דאך בשביל שלום בית, דענין השלום הוא היפך המחלוקת והפירוד, ד.ה. אז אן דעם אור פון נר דולק קען בא אים זיין א ענין של מחלוקת ופירוד, אז אין אנדערע ענינים וועט ער מודה זיין אז דאס געהערט צו אלקות און אנדערע ענינים וועט ער מיינען אז
זיי זיינען שייך צו אים און קען טאן וואס ער וויל, ובכדי עס זאל אים ניט זיין קיין פירוד בעניניו, איז דאס דורך דעם עבודה פון נר דולק.
און אין פשוט'ע אותיות הייסט עס אז מען קען לערנען תורה כל ימיו ומקיים זיין מצות בהידור, אבער דאס זאל זיין אן א ליכטיקייט און אן א חיות והתלהבות, און אויף דעם מוז זיין די עבורה פון נר דולק, עס זאל זיין א ליכטיקייט און א חיות בתומ"צ, וואס דאס קומט ע"י המאור שבתורה זוהי פנימיות התורה.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 27 Cheshvan 5720 (28 November 1959)
- Id
- rh-b0vk15x0
Copies
Recent activity
Sources
- drive