עברית
Library

יום ב' דחה"ס

יום ב' דחה"ס, שיחה ו

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

ח. מען געפינט זיך איצטער אין אור ליום הג' של סוכות.

דער דריטער טאג סוכות איז דאך די אוספיזין פון יעקב'ן, וואס אויף ילקב'ן שטייט אין זוהר אז ער בענטסט מיטן פסוק אז יבקע כשחר אורך. וואס יעקב איז אותיות יבקע אאון יבקע איז אותיות יעקב. דכירוט ענין יבקע הו"ע הבקיעה - דורכברעכן אלע מניעות ועיכובים. וואס דאס איז דאך אויך וואס די גמרא זאגט, לא כאברהם כו' ולא כיצחק כו' אלא כיעקב סהיתה מטתו סלימה, לא כאברהם כו' ולא כיצחק כו' אל כיעקב סנאמר בו ופרצת ימה וקדמה וצפונה ונגבה, וואס דאס איז א נחלה בלי מצרים.

מיינט מען דאס ניט אז בא יעקב'ן איז מצד עצמו ניט געווען קיינע מדידות והגבלות, אדרבה, מצד עצמו דערציילט די תורה אז בא יעקב'ן איז געווען נאך גרעסערע סוועריקייטן און שטערונגען ווי בא יצחק'ן און אפילו בא אברהם'ן, ווארום יעקב האט געהאט אויף זיך א מלחמה פון עסו'ן, און פון לבן'ן, און האט געדארפט האבן א סאך עבודה ויגיעה, ביום אכלני חורב וקרח בלילה ותדד סנתי מעיני, וואס דורך דער עבודה ויגיעה האט ער דורכגעבראכן אלע מניעות ועיכובים. ביז אז אויך אין חרן, חרון אף של עולם האט ער פורץ געווען גדרו של עולם

אראפגענ ומען אראפגענומען אלע מניעות ועיכובים.

און דערפאר האט ער געהאט אויף דעם סכר פון "ופרצת", אז ניט נאר וואס ס'איז געווען בא אים אזוי ווי בא אברהם ויצחק וואס זיי האבן ניט געהאט די מניעות וועלכע ער האט געהאט, נאר נאך מערער, עס איז נאך בא אים געווען דער ופרצת, בלי גבול, וואס דאס איז דאך אויך שהיתה מטתו שלימה, לא כאברהם סיצא ממנו, ולא כיצחק סיצא ממנו, ווארום להיותם בהגבלה איז געווען א נתינת מקום אויפן סיצא ממנו, משאין-כן בא יעקב'ן וואס בא אים איז געווען דער ופרצת, איז געווען מטתו פלטה.

און דאס איז די הוראה פון דעם דריטען טאג סוכות, די אוספיזין פון יעקב'ן, אז מען דארף זיך ניט רעכענען מיט קיינע סוועריקייטן און שטערונגען, נאר מען דארף גיין מיט דער וועג פון "ופרצת", וואס דורך דעם נעמט מען מיט אלע ענינים פון מטתו שלמה. און מען גייט מיט זיי אנטסקעגען דעם יעלה הפורץ.

הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Date
16 Tishrei 5720 (18 October 1959)
Id
rh-z1yby7c6

Copies

Recent activity

#208 Sichos Kodesh ה'תש"כ (test year): machine reading, one page per sicha · approved

Sources

  • drive1EqymBGe_mFutMYHoLGPbsg…