עברית
Library

אחש"פ

אחש"פ, שיחה כא

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

כח. דער ענין פון ראש גוף ורגל, איז אויך פראן במסך שנות חיי האדם. א קטן, איז מחשבה אין לו ומעשה יש לו - רגל. בשעת דער קינד ווערט עלטער, באקומט ער אויך שכל, אבער ס איז ניט דער אמיתית השכל, מער ניט ווי בנוגע צו מדות, ווי צו דורכפירן זיינע תשוקות ורצונות (וכמבואר בקונט' התפלה אין דעם ענין פון קטן אין דעת, וויילע דער

שכל הקטן איז ניט אמיתית ענין הסכל מער ניט ווי בנוגע למדות) - גוף. בשעת מער ווערט עלטער באקומט מען אמיתית ענין השכל, ניט בהנוגע למדות נאר שכל טהור, אז ער פאר- שטייט מעלת ושלימות השכל מצד עצמו.

ווי גערעדט פריער אז די גילויים דלעתיד וועלן קומען דורך רגל, איז דאך פארשטאנדיק אז די גילויים דלעתיד וועלן קומען דורכן חינוך פון קליינע קינדער. וואס אזוי איז דאך געווען בשעת יצי"מ, הם הכירוהו תחלה, און אזוי אויך בשעת מ"ת, גמר יצי"מ כמ"ש בהוציאך את העם ממצרים תעבדון את האלקים על ההר הזה, איז התורה ניתנה דורך די ערבות פון בנינו ערבים בעדינו, וכימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות, אז אויך די גאולה העתידה וועט קומען דורך חינוך פון קליינע קינדער, מצד מעלת החינוך פון תשב"ר, האבן זיך די רביים אפגעגעבן זייער שטארק מיט חינוך, וואס דאס איז דאך אויך געווען ענין התייסדות תומכי תמימים, ומדור לדור ומשנה לשנה, האט מען אלץ מוסיף געווען בעבודת החינוך.

נאך מערער האט זיך דער רבי אפגעגעבן מיט קינדער וועלכע קומען פון אזוינע משפחות וואס ווייסן ניט פון אידשקייט, וואס מען קען מיט זיי ניט ריידן וועגען תומ"צ מצד השכל אדער מצד ההרגס, וויילע זיי זיינען אינגאנצן ווייט דערפון, די איינציקע זאך וואס מען קען מיט זיי ריידן איז נאר בנוגע קיום המצות בפועל - רגל. איז דאך די קינדער פון די משפחות זיינען רגל שברגל, און דער חינוך פון די קינדער וועט בריינגען די גאולה העתידה.

מצד הנ"ל,

הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Date
22 Nisan 5720 (19 April 1960)
Id
rh-7sb8hnwy

Copies

Recent activity

#208 Sichos Kodesh ה'תש"כ (test year): machine reading, one page per sicha · approved

Sources

  • drive1774OFOQiPFiQcBZ2idBdNr…