נשא, ט' סיון
נשא, ט' סיון, שיחה א
א. כ"ק מו"ח אדמו"ר האט דערציילט, אז נאך די ערשטע פאר מאל ווען דער אלטער רבי איז געקומען פון מעזריסס, און מען האט זיך דערוואוסט אז ער איז סייך צו חסידים, האט מען אראפגענומען זיין שווער פון דעם מינוי של כבוד וועלכן ער האט דארטן געהאט. ומובן, אז די רדיפות אויפן אלטען רבי'ן זיינען געווען זייער גרויס.
פונדעסטוועגען, האט דער אלטער רבי געהאט א מנין וועלכע זיינען געווען מקוסר צו אים, און כאטס אם'איז געווען א מאגערער מנין - מיט דעם לשון האט דער רבי דערציילט - ד.ה. אז צוויסן זיי זיינען געווען אויך אנסים פסוטים, פונדעסטוועגען, וויבאלד ער האט סוין געהט א אייגענעם מנין, א עדה שלימה, האט דער אלטער רבי געזאגט אז ער האט ניט קיין מורה פאר די צוויי, ווער זיינען די צוויי האט כ"ק מו"ח אדמו"ר יעמולט ניט אויסגעטייטשט. .
צווישן דעם מנין איז געווען ר' סלמה לעקאח מאכער. ער האט געהייסן מיט דעם נאמען, וויילע דאס איז געווען זיין פרנסה, אויף באקען לעקאח צו סעודות מצוה - ווארום אין יענע צייט איז ניט געווען שייך צו עסן סתם לעקאח, מער ניט ווי צו א סעודת מצוה - וואס דורך דעם איז ער געווען באקאנט מיסט די אלע תלמידי חכמים פון סטאט וועלכע מען פלעגט איינלאדן אויף די סעודות מצוה לכבוד המזמינים והמזומנים.
דער ר' שלמה האט דערציילט, אז בשנה תקל"א ד.ה.
נאך בחיי המגיד - האט דער אלטער רבי פארבראכט מיט זיינע מקושרים בשלשת ימי הגבלה. אין יענע התועדות האט דער אלטער רבי גערעדט אין דעם ענין וואס עם שטייט אין דער תורה וואס דער אויבערסטער האט געזאגט צו מסה רבינו בשלשת ימי הגבלה, וגם בך יאמינו לעולם. און ער האט געפרעגט, אז לכאורה קוקט דאס אוים ווי שוחד, אז צוליב דעם וואס מסה האט אפגעטאן זיין ארבעט אויף צו בריינגען אידן צום הר סיני, זאגט אים צו דער אויבערסטער וגם בך. יאמינו לעולם ?
דער אלטער רבי האט דאן געבראכט דעם פירוש פון אבן עזרא, אז ביז דאן איז געווען בא אנדערע אידן ספיקות אין דעם ענין הנבואה. ואע"פ אז עם שטייט ויאמינו בה' ובמסה עבדו, שטייט דאך דארטן אבער ניט ויאמינו כל ישראל, און ס'איז געווען א טייל וועלכע האבן נאך ניט געגלייבט, און אויף דעם איז געווען די הבטחה וגם בך יאמינו לעולם.
דער רמב"ן פרעגט אויפן אבן עזרא, אז מען קען ניט זאגן אז בא אידן איז געווען מפיקות באמונה הנבואה, דערפאר אלערנט דארטן דער רמב"ן אן אנדער פסט. דער אלטער רבי האט מעמיד געווען דעת האבן עזרא, און האט מפרש געווען, אז כאטש אלע האבן טאקע געגלייבט בענין הנבואה, ס'איז געווען אבער ספיקות צי משה איז דער נביא - ובלשון כ"ק מו"ח אדמו"ר: ווער איז ווער - און אויף דעם איז געווען די הבטחה וגם בך יאמינו לעולם.
און דער אלטער רבי האט דאן מסיים געועען: אז א רבי איז דא גלייבן דאך אלע. דארף מען וויסן אז דער רבי איז געווען דער בעש"ט ובדור זה איז דער רבי דער מגיד.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 9 Sivan 5720 (4 June 1960)
- Events
- Nasso, 9 Sivan
- Id
- rh-hkwft8jh
Copies
Recent activity
Sources
- drive