ויק"פ, פ' החודש, מבה"ח ניסן
ויק"פ, פ' החודש, מבה"ח ניסן, שיחה ד
ד. און דאס איז די הוראה פון פסח זמן חרותנו, וואס ער איז דער ר"ה לכל השנה.
יציאת מצרים איז ניט געווען אזוי ווי די גאולות פון פרס ומדי, וואס אין יענע גאולות איז דאך געבליבן א טייל אידן אין גלות', משא"כ פון מצרים זיינען אלע, ארוים. עס איז נאר געווען א חילוק ווי מען איז ארויס. אנדערע זיינען ארויס פון מצרים בשמחה און בא אנדערע איז געווען דער סדר פון כי ברח העם, מען האט געמוזט אנטלויפן פון זיך אליין, ווארום מצד דעם עבד כנעני האט ער געוואלט די הפקירות פון מצרים, אבער ארויס זיינען אלע, און אזוי אויך אין דער גאולה העתידה במהרה בימינו, שטייט דאך ימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות, וועלן אלע אידן ארויסגיין פון גלות, קיין איין איינציקער איד וועט ניט איבערבלייבן אין גלות, אין לעףער איינעם וועטנתגלה ווערן די מלוכה שבו מיטן אתה בחרתנו שבו און ער וועט ארויסגיין פון גלות, אוןאפילו די וואס ווילן דאס אויסבאהאלטן און טענה'ן נהי' ככל הגוים, איז אם לאאביד חזקה אמלוך עליהם און אלע וועלן ארויס פון גלות,
און ניט נאר וואס מען וועט אליין ארויסגיין נאר מען וועט מיטנעמען אויך ז דער רכוש גדול, אזוי ווי ביצי"מ איז ניט נאר די אידן אליין זיינען ארויס פון גלות נאר מען האט מיטגענומען מיט זיך אויך א רכוש גדול, וואס אין מצרים איז מען געווען מערניט ווי צוויי הונדערט מיט צעהן יאהר, היינט מכ"ש אין איצטיקן גלות וואס מען געפינט זיך כמעט ווי צוויי טויזענט יאהר וועט מען דאך א ודאי מיטנעמען דעם רכוש גדול.
און דער סדר אין דעם וועט זיין באופן של למעלה מהטבע לגמרי, וואס דאס איז דאך מרומז אין ווארט ניסן. דהנה איתא בגמרא הרואה הונא בחלומו סימן שניסים נעשו
לו. הרואה חנינא אדער יוחנן בחלומו סימן שנעשים לו נסיי ניסים. איז דער פירוש הפשוט וויילע אין הונא שטייט איין נו"ן און אין חנינא און ויחנך שטייט צוויי נונ"ן. פרעגט דער מהרש"א, אויב אזוי ווי איז הרואה אהרן בחלומו? ענטפערט ער, אז דער נו"ן אליין איז קיין הוראה ניט. נאר דער חן קען דאך זיין באופן טבעי אוןער קען זיין באופן ניסי, איז בשעת אז אין דעם ווארט שטייט א נו"ן איז א ראי' אז דער חן וועט זיין באופן ניסי און בשעת אז יאודעם ווארט שטייט צוויי נונע"ן איז א ראוי' אז דער חן וועט זיין באופן ניסי ניסים. דער ווארט ניסן מצד עצמו ווייזט דאך אויף נס, דזהו פירוש ניסן מלשון נס, היינטבשעת אז אים אים איז נאך דא צוויי נונע"ן איז דאך א ודאי אז דאס ווייזט אויף ניסי ניסים, שלמעלה מהגבלה לגמרי.
און דער אויבערשטער זאל געבעואז דער ניסן זאל זיין דער אויף וועלכן עס שטייט בניסן עתידין להגאל במהרה בימינו.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 27 Adar 5720 (26 March 1960)
- Id
- rh-ycw3d242
Copies
Recent activity
Sources
- drive