חיי שרה, מבה"ח כסלו
חיי שרה, מבה"ח כסלו, שיחה ח
ט. נאך דעם וואס דער בעש"ט איז מבאר דעם ענין ההשתוות אין מדות, זאגט ער: וכן בכל הדברים, אז ס'איז ווייניק אז די השתוות זאל זיין אין מדות אליין, נאר עס דארף דורכנעמען אויך אין זיין חב"ד ובכל כחותיו, וואס דאס איז דאך דער אויפטו פון חסידות חב"ד, אז ס איז ווייניק מדות אליין און דער שכל זאל זיך געפונען אין א אנדער ארט, נאר עס דארף דורכנעמען אין א פנימיות בכל כחות נפשו.
דאס איז דאך בנוגע "כל הדברים" אין דעם פרצוף קומה של כחות נפש האדם, אין זיין חב"ד חג"ת נה"י.
תכלית ירידת הנשמה למטה איז דאך געווען ניט לעצמה, ווארום הנשמה עצמה אינה צריכה תיקון, נאר צוליב
מברר זיין את עניני העולם, איז דער ענין ההשתוות דארף זיין אויך אין דעם ענין פון עבודת הבירורים.
און דאס איז וואס דער בעש"ט זאגט ווייטער וועגען די השתוות בענין המאכלות, וואס דא רעדט ער שוין ניט אין די עניני האדם עצמו נאר אין די ענינים מחוץ ממנו, עבודת הבירורים בחלקו בעולם, דארף איס ניט זיין נוגע צי דאס איז א גישמאקע עבודה צי ניט, און ער דארף טאן ביידע בהשואה, וויבאלד ער איז ניט קיין מציאות לעצמו און כל מציאותו איז הוי' לנגדי תמיד.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 27 Cheshvan 5720 (28 November 1959)
- Id
- rh-ea8eshk0
Copies
Recent activity
Sources
- drive