יום שמח"ת
יום שמח"ת, שיחה א
בס"ד. שלחת יום שמחת תורה תש"כ.
א. ס'איז דאך ידוע דער ווארט פון די רביים אז שמע"צ איז דער זעלבער ענין פון ר"ה, נאר ר"ה איז בקו המרירות און שמע"צ בקו השמחה.
כאטש אז אין ר"ה איז דאך אע"פ אז ס'איז מרירות איז אויך דא אין דעם א תנועה דשמחה, און ווי עס שטייט אין שו"ע אז לובשים לבנים וכו' וויילע מען איז בוטח בבטחון גמור אז דער אויבערשטער וועט געבען א כתיבה וחתימה טובה על כל. השנה, ומעלת הבטחון איז גרעסער ווי מעלת האמונה, וכידוע אז כל הבוטח מאמין ולא כל המאמין בוטח, אבער אעפ"כ איז דאס נאר א ענין של בטחון, אבער ניט קיין ענין של שמחה. .
דער חילוק איז, א בטחון איז א ענין וואס דערוויילע האט ער נאך גארניט, ער איז מערניט ווי בוטח, און שמחה איז דער פשט אז ער האט שוין באקומען די זאך וואס מצד דעם איז ער בשמחה.
און דאס איז אויך דער חילוק פון ר"ה ביז שמע"צ, אז ר"ה איז די המשכה נאך למעלה, ס'איז מערניט וואס ער גלייבט אז למעלה איז זיכער פאראן די המשכה און ער איז אויך בוטח אז זי המשכה וועט אראפקומען למטה, ער האט נאך אבער ניט אין א פנימיות נר בבחי' מקיף, וואס דאס איז דאך די כללות התנועה פון אמונה שהיא בבחי' מקיף כידוע, מערניט וואס אין אמונה גופא איז דאס א העכערע דרגא, אבער ס'איז נאך אלץ א ענין פון מקיף. .
משא"כ ענין השדה דשמע"צ איז אז דער ענין איז שוין דאבגילוי ווארום נאך די גאנצע עבודה פון דידריי וואכן שבין ר"ה לשמע"צ ווערט שוין דער אור נמשך למטה,
ז. כידוע מ"ש בלקו"ת בענין שמע"צ אז דאס איז ווי דער ענין המקל שקדים שענינה איז כמו ענין ברכת כהנים, עד מהרה ירוץ דברו, אן די עיכובים דסדר השתל', הייסט דאך דאס שוין אז דער אור איז געקומען למטה, ומצד דעם איז די עבודה דשמע"צ בקו השמחה.
ובנוגע לפועל איז, מען זאל פשוט זיין בשמחה, זאגן לחיים זאגן א פריילעכן ניגון.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 23 Tishrei 5720 (25 October 1959)
- Events
- Simchas Torah day
- Id
- rh-ng6d12b8
Copies
Recent activity
Sources
- drive