י"ט כסלו
י"ט כסלו, שיחה ה
ה. דער ענין פון ר"ה לחסידות, און דורך וואס איז דערנאך דער "פדה בשלום" אט דער "אור וחיות ניתן לנו" איז דאס דורך תורת אבותינו "והיא היא תורת הבעש"ט", איז דאך דערפון פארשטאנדיק אז אזוי ווי ר"ה איז כולל כל השנה כולה, וואס דערפאר ווערט דאך דאס אנגערופן בשם ראש השנה ניט תחילת השנה, ווי דער אלטער רבי איז. מבאר אין לקוטי תורה, וואס לכאורה האט ער געדארפט הייסן דער אנהויב'ס פון יאר, דאס הייסט די קאפ פון יאר - אזוי ווי א קאפ איז אין זיך כולל די חיות פון אלע איברים קודם שנמשכו לכל אבר ואבר, אט אזוי איז אויכעט דער טאג פון ראש השנה און עד"ז דער טאג פון ר"ה בנוגע צו דעם חודש, איז כולל אין זיך די חיות פון כל ימי השנה שלאח"ז.
וואס דערפאר זאגט ער ווי גערעדט פריער אז יעדער ענין פון פנימיות התורה איז ער אויכעט דא אין נגלה צי דער בפירוש צי ברמז, דערפאר זאגט דאך אויכעט די גמרא אין הוריות אז בריש שתא קען מען וויסן וואס וועט דערנאך פאסירן במשך כל השנה.
און איז דאך אויכעט דער כללותמזונותיו של אדם וואס דאס איז דאך כולל כל הצטרכות האדם איז דאך קצובין לו בר"ה ליוה"כ, און אויב ער פירט זיך ווי ס'דארף צו זיין איז אט דעמולט גייט ער דאך אריין אין ד' ג' ספרים, אין דער ספר ראשון וואס ביי עם ווערט אלע ענינים אפגעטאן די אלע ענינים בר"ה אט דאס וואס איז נוגע לכל השנה כולה.
וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק אז עד"ז איז דאס אין דעם טאג פון י"ט כסלו בנוגע צו דעם ענין פון יפוצו מעיינותיך חוצה פון כל השנה כולה.
דער רבי האט דאך פאנאנדערגעטיילט די שיעורים פון לימוד התניא על כל השנה כולה, איז דא אויכעט דער שיעור וואס ער האט איינגעטיילט פאר ראש השנה לתורת החסידות, וואס דאס איז דאך י"ט כסלו.
וואס ע"פ האמור וויבאלד אז יעדער ענין פון וועלט שפיגעלט זיך אפ אין תורה און נעמט זיך פון תורה, איז דאך דערפון פארשטאנדיק אז דער ענין פון ר"ה לחסידות דארף זיך אפשפיגלען אין דעם שיעור תניא, וואס דער רבי דער נשיא פון דור האט קובע געווען אין דעם טאג פון י"ט כסלו.
און ער דארף אין זיך כולל זיין די שיעורים פון כל השנה כולה, און דערפאר ווערט ער אויכעט אנגערופן אין דעם ענין החסידות ניט תחילת השנה נאר וואדען ראש השנה.
איז דאך דערפון פארשטאנדיק אז דער ענין התורה שהוקבע ליום זה איז אין זיך כולל די אלע ענינים שבמשך כל השנה וואס אין דעם לימוד, ועי"ז די ענינים וואס קומען ארויס פון דעם לימוד ווארום ס'איז דאך דא דער לימוד שמביא לידי מעשה.
וואס אין וואס באשטייט דער שיעור - וואס התחלתו איז דאס א "ספר של בינונים".
וואס ער איז מבאר בדרך "ארוכה וקצרה" און איז מיוסד אויפן פסוק "כי קרוב אליך הדבר מאוד בפיך ובלבבך לעשותו בעזר השי"ת", וואס דאס איז דער לשון פון דעם אלטן רבי'ן, ווי דער רבי האט דערציילט אז דאס וואס ס'שטייט נאכדעם איז דאס א הוספה מאוחרת, אבער אט די ווערטער אין ליקוטי אמרים ביז "בעזר השי"ת" דאס גייט אריין אין תניא ווארום דאס איז דער לשון פון דער "מלקט אמרים אלו" וואס דאס איז דער אלטער רבי.
וואס אין דערויף גופא שטייט דער ביאור, ער זאגט אז דאס איז מיוסד אויפן פסוק "כי קרוב אליך הדבר מאוד בפיך ובלבבך לעשותו", - תניא לגבי א פסוק איז דאס ע"ד ווי תושבע"פ לגבי תושב"כ, בריינגט ער דאך אראפ אין תניא אין אגה"ק אז דער חילוק פון תושבע"פ און תושב"כ, וואס תורה שבע"פ ווערט אנגערופן "תורת אמך" און תושב"כ ווערט אנגערופן "מוסר אביך", וואס ע"ד ווי מ'איז מבאר וואס תושב"כ איז דאס ע"ד ווי די טיפת האב וואס אין דער טיפה זיינען כלול כל אברי האדם, נאר דערנאך זווערט דאס נמשך און ס'ווערט נתגדל און ס'ווערט נתפרט לפרטים, אבער דער וולד איז ער שוין דא אין דער טיפה, דערפאר ווערט דער אב אנגערופן אביו כאטש אפילו אז וואס גיט ער - ער גיט מערניט ווי די טיפה איז ער אן אב על כל רמ"ח אברים ושס"ה גידים של הילד.
וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק אז וויבאלד אז ער זאגט אז אלץ וואס קומט נאך דערויף איז מיוסד אויפן פסוק און ער בריינגט אראפ דער פסוק במילואו, איז דאם אין דעם פסוק זיינען נכלל ע"ד ווי ס'זיינען נכלל כל האיברים והגידים ופרטי הגוף אין די טיפת האב, וואס אין דער ענין איז דאס דער פסוק אין תורה וואס פון עם נעמט זיך דער חלק אין תושבע"פ.
אויף תורה דארף דאך זיין דער ענין פון "ברכו בתורה תחילה" - דער ענין פון "נותן התורה", וואס דא זאגט ער "בעזר השי"ת" - אז ווי אזוי קען זיין דער גאנצער ענין - בשעת ס'איז דא די ברכה פון נותן התורה אין דעם חיבור פון דעם כתוב מיטן ביאור על הפסוק.
וואס אט דאס איז דער כללות הענין ווי אזוי דער שיעור התורה פון ראש השנה איז אין זיך כולל די אלע שיעורים וואס דערנאך אין כל ימות השנה שלאחרי זה, און וויבאלד אז דער שיעור פון דעם טאג אין פנימיות התורה איז דאך כולל דערנאך די חלקים שלאחרי זה ווארום עס איז דאך נמשך געווארן מלמעלה למטה איז דאך פריער געווען דער חלק הסוד שבתורה און דערנאך איז דאס אראפגעקומען אין השתלשלות, ווי ער זאגט אז "נסעה וירדה מדרגא לדרגא" דורך פשט רמז און דרוש ביז דאס איז ארויסגעקומען אין פשט, אבער די התחלה איז געווען פון פנימיות התורה - פון סוד, פון עולם האצילות, אט אזוי איז דערפון אויכעט מובן אז פון דעם פסוק איז דערנאך נכלל די כל הענינים שנמשכים בתורה אין אלע חלקים פון תורה, און במילא דערנאך אויכעט דער "גדול לימוד שמביא לידי מעשה" דער כל ענין פעולת המצוה וואס דאס איז תפקידו של האיש הישראלי בעו למו.
ווואס ווי גערעדט פריער אז דער ענין פון פנימיות התורה שפיגעלט זיך אפ אין. נגלה, ע"פ פשוט איז אויך דער ענין און דער פסוק דער "כי קרוב אליך הדבר מאוד בפיך ובלבבך לעשותו" איז דאך דאס כפשוטו גייט דאס אויף מצות התשובה, איז מצות התשובה איז דאך כולל אין זיך כל התורה והמצוה כולה, וואס דערפאר איז דאך דורך תשובה קען מען ניט נאר מכפר זיין אויף תורה ומצוות, נאר מ'קען אויכעט ממלא זיין ביז וואנעט אזוי ע"ד ווי די גמרא זאגט אז יש קונה עולמו בשעה אחת, און אויף דערויף איז "בכה רבי", כאטש אפילו ער האט געהאט כל ימיו איז לא נהניתי אפילו מאצבע קטנה, ס'איז געווען כולו קדוש לה', איז דורך תשובה האט ער דאס אויפגעטאן בשעה אחת כל הענינים.
וואס אט דאס איז אויכעט אין נגלה דתורה "כי קרוב אליך הדבר מאוד בפיך ובלבבך לעשותו" דער ענין התשובה וואס דאס איז כולל וואס ס'קומט דערנאך אין עבודת כל השנה.
און אויף דערויף אויכעט אין תשובה דארף מען האבן דער "עזר השי"ת" ווארום דאס איז דאך "אלמלא עוזרו אינו יכול" איז דאס איז אויכעט דער פירוש הפשוט וואס דאס איז מתאים מיטן פירוש הפנימי.
מ'האט דאך גערעדט פריער וואס ס'שטייט אין אגרת הקודש אז "היא היא תורת הבעש"ט" דערנאך דערפאר קומט אויכעט אין דעם זעלבן טאג צו די הסכמות וואס אין די הסכמות איז מען דאך מבאר ווי אזוי "ישמח ישראל" וואס דער ענין השמחה איז דאך וואס "פורץ גדר", און ווי דער רבי נ"ע איז מבאר בארוכה אין שמח תשמח, אז דעמולט ווערט נתגלה דער "עצם" און דער פנימיות האדם ביז דעם עצם האדם מצד דעם עוצם השמחה, דארטן זאגט מען אז וואו איז דא דער "ישמח ישראל" - "היא היא תורת הבעש"ט" איז אט דאס איז אין דעם חיבור ווי ער איז מבאר אין דער הסכמה.
אין די שיעורים פון כל השנה זיינען כולל אין זיך די אגרת הקודש, ביז דער סיום וחותם פון "הוכה תוכיח אפילו מאה פעמים", ביז ער איז מסיים דער "זה לעומת זה" וואס כפשוטו איז דאס דאך אויכעט כולל דער ענין פון לעו"ז כפשוטו וואס דאס איז. די ג' קליפות הטמאות לגמרי, אט דערפאר איז נוסף אויף די הסכמות וואס זיי זיינען מדגיש דער "היא היא תורת הבעש"ט", איז דערנאך דא די הסכמות פון די זין פון דעם אלטן רבי'ן וואס דאס איז א הסכמה אויף אגרת הקודש, וואס זיי זיינען מבאר ווי אזוי אגרת הקודש איז דאס איין זאך מיט ליקוטי אמרים און דאס איז נאך א ביאור אויף. דערויף, און דערנאך איז דער סיום איז אז ס'זאל זיין דער "זה לעו"ז וכו'" אז מ'זאל כולל זיין און מעלה זיין מלמטה ביז למעלה מעלה, אז אפילו אין גקה"ט לגמרי ע"ד ווי אין נגלה איז דאך דער ענין פון תשובה ווי תשובה דארף זיין איז "זדונות נעשין לו כזכיות", אט אזוי איז אויכעט פנימיות התורה וואס דארט איז דאס עולם האצילות וואס דארטן איז "לא יגורך רע", דארט איז כל הענינים כולו טוב, אט אזוי איז אויכעט אט דאס איז דער תכלית און דער פנימיות הכוונה פון תורת החסידות אז פון "זה לענ"ז" כפשוטו זאל דאס ווערן א זה לעו"ז ווי דאס שטייט אין עולם האצילות - אין פנימיות התורה.
און דאס זאל זיין געדרוקט "בפיך ובלבבך לעשותו" בניר בדיו על הקלף אדער על הניר אין די הלכות ווי זיי זיינען נסעה וירדה למטה מטה, ביז וואנעט אז כל נפש ורוח וונשמה זאלן דאס קענען מבין זיין און משיג זיין און ארומנעמען ביז וואנעט אז דאס ווערט אויף דערויף א מקיף, און דאס איז דאך כולל אין זיך "ותורתך בתוך מעי", וואס דערמיט פירט זיך אויס דער אמת'ער "יפוצו מעינותיך חוצה" ביז אין ג' קליפות הטמאות לגמרי, אז דאס זאל ווערן "את רוח הטומאה אעביר מן הארץ" און ס'זאל זיין דער "אהפוך אל כל העמים שפה ברורה" אז ס'זאל זיין "לעבדו כולם שכם אחד" אז אט דער ה' אחד ושמו אחד" וואס דער משיח וועט מגלה זיין למטה מעשרה טפחים "כמו שאני נכתב אני נקרא".
זאל דאס אויכעט אראפקומען אין דעם "שכם אחד" - אין דעם "זה לעו"ז", אז ס'זאל זיין "ועמדו זרים ורעו צנאכם", און אידן וועלן זיך עוסק זיין, ווי דער רמב"ם פסק'נט אפ, אין"החכמה הדעת"אן קיינע בלבולים, ביז וואנעט ס'וועט זיין כמים לים מכסים. לחיים. - י"ט כסלו תש"כ -
אמר מאמר ד"ה פדה בשלום נפשי וגו'.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 19 Kislev 5720 (20 December 1959)
- Events
- 19 Kislev
- Id
- rh-e72nztzr
Copies
Recent activity
Sources
- drive