עברית
Library

מטו"מ, מבה"ח מנ"א

מטו"מ, מבה"ח מנ"א, שיחה ב

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

ג. וועט מען עס פארשטיין לויט דעם וואס מען האט שוין מבאר געווען כמה פעמים, אז דער כללות העולם, ווי עד איז מצד הבריאה, ווערט געטיילט אין דריי סוגים, א) קדושה, וואס אין דעם גייט אויך אריין אויך דער נה"א, שהנשמה עצמה אינה צריכה תיקון. ב) קליפות ורע כו'. ג) דברי הרשות, וואס דאם איז כללות הענין של הבריאה, וועלכ מען דארף מברר זיין דורך עבודה און מאכן פון איר קדושה.

ואי"ז סותר למ"ש במ"א אז מען קען פועל'ן א בידור אויך אין גקה"ט, אווארום ניט דאס איז דער עיקר הענין. וע"ד ווי אין דעם חלק הא' - קדושה - איז דאף אע"פ אז ירידת הנשמה למטה איז ניט לצורך עצמה נאר לצורך הגוף וונה"ב, און אעפ"כ איז ער מבאר אין לקו"ת אז וויבאלד אין הקב"ה מקפח שכר כל ברי' האט די נשמה אויך אן עלי', שכר עבודתה. און די עלי' איז אן עלי' באי"ע וואס מצד דעס איז כדאי די גאנצע ירידה. איז אבער ניט ד דער פשט אז דאס איז געווען כוונת הירידה בכדי אז די נשמה זאל האבן אן עלי', נאר די כוונת הירידה איז געווען אויף מאכן דירה לו ית' בתחתונים דורכן בירור הגוף ונה"ב, מערניט וואס דרך אגב האט די נשמה דערוויילע אויך אן עלי'. ועד"ז איז בחלק הג' -קליפה - אז אע"פ שלפעמים איז מען מברר ע"י נסיונות אויך די גקה"ט כמבואר בדרך מצותיך בסופו, איז אבער ניט דאס איז דער עיקר העבודה, ס'איז מערניט ווי אן ענין אגב שבדרך אגב. און דאס איז דער ביאור אויף דעם וואס מצוה נדרים איז א מצוה כללית, וויילע נדרים עיקרה איז אין דברי הרשות. ניט אין א קרבן ווארום א קרבן איז דאך קדוש אן אים (מערניט וואס מען דארף מתפיס זיין בדבר הנדור כמבואר הטעם ע"ז ברמב"פ ובדרך מצותיך), אויך ניט אין אן איסור ווארום א איסור איז דאך אסור אויך אן אים. און כל עיקר הנדרים איז בדברי הרשות, דערפאר איז דאס א מצוה כללית. און דא איז מבואר ומרומז דער ענין פון זה הדבר, יחוד קוב"ה ושכינתי'. ווארום דאס איז כה העבודה אויף מאכן פ. פון דברי הרשות א כלי צו אלקות, און אויפטאן אין זיי דעם יחוד.

הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Date
28 Tammuz 5720 (23 July 1960)
Id
rh-jjz5v0d9

Copies

Recent activity

#208 Sichos Kodesh ה'תש"כ (test year): machine reading, one page per sicha · approved

Sources

  • drive1lO-vxQztmx-uhSGnlfUPWo…