עברית
Library

ל"ג בעומר, שיחה בעת הפאראד

ל"ג בעומר, שיחה בעת הפאראד, שיחה ב

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

ב. דער טאג פון ל"ג בעומר, איז דאך ווי חז"ל דערציילן אונז אין גמרא און מדרשים, פארבונדן אויכעט מיט תלמידים פון קינדער וואס זיי ווערן אנגערופן תלמידים וואס ווערן אנגערופן קינדער פון זייערע רביים און מנהיגים, די תלמידים פון איינע פון די גרעסטע תנאים רבי עקיבא, און ספעציעל דער לערנונג פון דעם טאג איז, אז כל זמן - די גאנצע צייט וואס די תלמידים האבן זיך ניט נוהג געווען כבוד איינעם צו דעם צווייטן, דאס הייסט ס'האט בא זיי געפעלט אין ליבשאפט פון . איינעם צום צווייטן, האט זיך געטראפן מיט זיי ניט קיין גוטע זאך.

ל"ג בעומר זיינען זיי דערוועקט געווארן, אז פון דעם טאג און ווייטער, זאלן זיי זיך נוהג כבוד זיין איינער מיטן צווייטן, און לעבן מיט א ליבשאפט איינער צום צווייטן, האט זיך אפגעשטעלט די ניט געוואונטשענע זאכן - די מגפה ר"ל וואס איז געווען, און דערפאר פון דעמולט אן ווערט געפפייערט דער טאג אלס א טאג פון שמחה אין די טעג פון ספירה.

ווי יעדער זאך פון א זכרון וואס איז עפ"י תורה, איז דאס ניט נאר אז מ'זאל געדיינקען א פאסירונג וואס איז געווען מיט יארן צוריק, נאר ווי יעדער זאך אין תורה איז דאס א הוראה און א אפלערנונג ווי אזוי מ'דארף זיך פירן איצטער, און ווי אזוי מ'דארף זיך פירן אין דער צוקונפט.

אזוי אויכעט דאס וואס מען דערמאנט ל"ג בעומר, אז דעמולט האבן די תלמידים פון רבי עקיבא אנגענומען די אויפפירונג, פון ליבשאפט איינעם צום צווייטן, איז דאס א דירעקטער לערנונג און א "לעסאן" פאר יעדערן פון אונז, אז דאס האלט אויף א אידן און מענטשן בכלל, אז ס'זאל ניט זיין קיין זאכן - ניט קיין געוואונטשענע, און אז מען זאל האבן שמחה און גוטס אין אלץ וואס מ'נויטיגט זיך.

הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Date
18 Iyar 5720 (15 May 1960)
Id
rh-7dgjgj94

Copies

Recent activity

#208 Sichos Kodesh ה'תש"כ (test year): machine reading, one page per sicha · approved

Sources

  • drive1F40nul0xhEYvmDj4sXvbAs…