י"ט כסלו
י"ט כסלו, שיחה ז
ז. מ'האט דאך פריער גערעדט אז ס'איז צוויי הונדערט יאר זינט די הסתלקות הילולא פון דעם בעש"ט.
אזוי געפינען מיר אויכעט אין דעם אלטן רבי'ן'ס בריוו וואס ער האט געשריבן בצאתו לחפשי, דערמאנט ער אז דאס איז געווען דער מאסר איז דאס געווען אויף ענינים פון תורת הבעש"ט, און דערמאנט אויכעט אז דאס האט געבראכט דערנאך די גאולה וואס זי איז געווען דער יום הילולא רבה פון רבינו הקדוש דער מגיד און "בשעה שאמרתי פדה בשלום נפשי", ד.ה. אז אין דעם בריוו פאראיינציקט ער אט די אלע דריי דעם בעש"ט מיטן מגיד מיט דעם אמרתי פדה בשלום נפשי.
וואס דער חילוק איז: ער דערמאנט אז ס'איז געווען דער ענין פון תורת הבעש"ט, ס'איז געווען די הילולא פון דעם מגיד, און ס'איז געווען די אמירה פון דעם אלטן רבי'ן פון פדה בשלום נפשי. וואס אט דאס אלץ האט אויפגעמאכט דעם יו"ט פון י"ט כסלו וואס דאס איז ווי ס'שטייט אין אגרת הקודש דער "אור וחיות נפשינו ניתן לנו".
דער ענין פון תורת הבעש"ט איז דעמאלט דא מערניט ווי בכללות אין דעם בריוו, און אין וואס פאר אן ענין - אז צוליב דערויף איז געווען דער מאסר.
דער ענין פון הילולא פון דעם מגיד מיט "אמרתי" איז דאס ענינים וואס זיי זיינען פארבונדן מיט דער גאולה, און אט דאס וואס זיי האבן אויפגעטאן די גאולה - האבן זיי אויפגעטאן אז דערנאך זאל קענען זיין די הפצת תורת החסידות וואס "היא היא תורת הבעש"ט" אין אן אופן וואס הולך ומתפשט.
וואס אזוי זעט מען אויכעט במוחש איז אויכעט דא אט די דריי הנהגות:
ס'איז דא ווי די הנהגה איז געווען פון בעש"ט וואס זיין ענין איז דאך געווען אין שני קצוות, ווי גערעדט פריער אז צו פשוטי עם האט ער זיך ארפגעלאזן ביז צו קליינע קינדער זאגן מיט זיי אמן יש"ר, און עד"ז לאחרי ההתגלות, ווי דער רבי דערציילט אין א מאמר אז דער בעש"ט האט געטייטשט "ואתה קדוש יושב תהלות ישראל" אז פון "תהלות ישראל" ווערט דער "ואתה קדוש" און דערפאר האט ער זיך משתדל געווען אז אידן זאלן בענטשן דעם אויבערשטן, און זאגן געלויבט צו דעם אויבערשטן, און ווי ער איז מאריך אין דעם מאמר דעם גאנצען סיפור המעשה.
וואס אט די הנהגה האט ער געלאזן אינמיטן צווישן די צוויי קצוות, איז דאס. געבליבן אן ארט וואס דאס האט מעורר געווען אט די ענינים פון קטרוגים. מצד דערויף וואס מ'האט געוואלט מחבר זיין דעם עומק רום מיט עומק תחת. ד.ה. רזין דרזין דאורייתא מיט אנשים פשוטים, איז אויף דערויף געווארן, דער קטרוג למעלה ווי ס'ווערט מבואר אין ביאורים פון חסידות, פארוואס איז מען מפיץ רזין דרזין דאורייתא ביז צו אנשים פשוטים - וואס דערפון האט זיך אויך גענומען דער קטרוג שלמטה, וואס כפשוטו איז מען דאך דעמולט געקומען מיט א תביעה אז ווי קענען האבן אנשים פשוטים
דרגות נעליות צו זיין צדיקים און שטעלן זיי העכער פון תלמידי חכמים ורבנים, און כידוע די קטרוגים וואס זיינען געווען דא למטה בזמן הבעש"ט פארוואס מ'שטעלט העכער אנשים פשוטים ביז מ'זאגט אז זיי קענען דערגרייכן א דרגא העכער פון א ת"ח.
וואס אויף דערויף האט זיך דערנאך אריינגעטאן אין אן אופן פון המשכה מיט דא סדר ובדרגה, איז דאס געווען וואס דער מגיד האט איינגעשטעלט תלמידים אין אן אופן וואס ער האט מיט זיי געלערנט נגלה און חסידות און אליין איז ער ניט ארויסגעפארן, און איז געווען במקומו, איז במילא אפילו אט די אנשים פשוטים וואס זיי זיינען געקומען צו עם איז דאס גופא האט באוויזן אז אין זיי האט ער דערוועקט אן עילוי וואס האט דאך געבראכט אז זיי זאלן קומען אין מעזריטש צום מגיד און ניט ער איז געפארן אין אלע ערי השדה.
ביז וואנעט אז דערנאך איז געווארן די ענין פון דעם אמירה פון דעם אלטן רבי'ן אז ער האט גענומען תורת הבעש"ט און רזין דאורייתא און האט דאס אנגעהויבן מסביר זיין אין א הבנה והשגה ביז וואנעט מ'זאל דאס קענען געבן צו פארשטיין ניט נאר א נפש האלקית נאר אויכעט אין א שכל וואס דער נפש הבהמית זאל דאס אויכעט פארשטיין.
וואס דאס איז דער כללות העניניםוואס מ'דארף האבן כדיים'זאל זיין, דער "יפוצו
מעיינותיך חוצה", דארף דאך פריער זיין ווי די ענינים שטייען אין ספירת הכתר וואס דאס איז העכער פון סדר השתלשלות, וואס אויב כתר לומט אראפ למטה בריינגט דאס א ענין וואס קיינער קען דאס ניט אויסהאלטן במילא ווערט א ענין פון נפילה, און כידוע אז דאס איז דער ענין וואס כתרים וואס זיינען אראפ למטה איז געווארן "וימות" - "מאן דנפיל מדרגי' איקרי מית", דערנאך קלומט דאס אראפ פון ספירת החכמה אין סדר השתלשלות ט דורך הבנה והשגה וואס דעמולט איז דאס שייכות צו יעדערן צו פארשטיין.
וואס דערפון איז אויך דערנאך אראפ כפשוטו אט דאס וואס חסידות חב"ד האט מפיץ געווען, אז מ'דארף ניט נאר וויסן אז ס'איז דא א ענין פון פנימיות התורה און דער ענין פון פנימיות התורה מאנט ארויס אז אנשים פשוטים קענען דערגרייכן צו די העכסטע דרגות, במילא דארף מען זיי ארויהעלפן מיט וואס מ'קען אפילו מיט א טובה גשמית דערפאר וואס אין עם איז דא א ניצוץ אלקי וואס אויף עם איז מען צוגעזאגט געווארן אז "אל ידח ממנו נידח", איז דאס א ענין פון א תורה אן א הסבר בדבר, האט דאס חסידות חב"ד געגעבן צו פארשטייען באריכות הביאור ווי אזוי ס'קען זיין ביי אזא מין וואס שטייט אין א דרגא פון "נידח", ע"פ תורה, וואס די תורה ווערט אנגערופן תורת חסד, מצד אבער די הבטחה אז אל ידח ממנו נידח קען מען עם געבן צופארשטיין דדי העכסטע ענינים אין תורה וואס אויב אפילו צו קיום המצוות איז ער נאך ניט שליכות אבר שכלאבעראיז ער דאך וועט דאס נעמען זיין שכלו און דערנאך וועט זיין א לימוד המביא סו"ס לידי מעשה, און דאס וועט עם אויכעט בריינגען צו א שינוי ההנהגה, אז ער זאל זיך עוסק זיין אין קיום המצוות בפועל.
וואס אט דאס איז די דריי ענינים וואס מצד תורת הבעש"ט וויל מען דאס אריינשטעלן אין בית האסורים דקדושה אז דאס זאל זיין מערניט ווי אין קדושה און ניט אראפקומען למטה, איז דאס מדידה והגבלה פון קדושה לגבי א"ס איז וואס פאר א גוף ס'זאל ניט זיין און ווי גרויס דער גוף זאל ניט זיין, אויב מ'וויל דאס אריינשטעלן בלי גבול איז דאס א ענין פון בית האסורים.
איז דערנאך געקומען דער ענין פון "הילולא רבה" וואס דאס איז מלשון חתונה, וואס חתונה איז דאך אויכעט המשכת כח א"ס, ווארום א חתונה איז דאך דער תכלית הענין, דערפאר מאכט מען דאך ניט דער ברכה און כידוע אין פוסקים דער טעם דערפאר וואס תכלית הכוונה אז דערנאד זאל זיין בנים ובני בנים ביז וואנעט אז ס'זאל זיין בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות, וואס בכללות איז דאס די המשכת כח הא"ס אז ס'זאל זיין די בנים ובני בנים ווי די גמרא זאגט אז דעמולט איז לא ימושו מפיך ומפי זרעך ווערט דאס אן אייביקע זאך עד עולם.
דערנאך איז דאך דער תכלית איז דאך אז ניט ס'זאל בלייבן ביי דער חתונה כאמור, נאר ס'זאל דערנאך ארויס אין פועל דא למטה, אט דאס איז געווארן דער אמת'ער פדה בשלום נפשי אז ס'זאל זיין דער ברבים היו עמדי, ווי ער טייטשט אין ירושלמי אז די אנשים וואס זיינען געווען נגד דוד'ן האבן זיי זיך אויכעט איבערגעקערט און זיי זיינען געווארן עמדי, אט אזוי פועל'ט אויכעט די הבנה און הסברה פון תורת חב"ד און תורת הבעש"ט אז דאס פועל'ט אז פון "ברבים" וואס זיי זיינען מנגד אויף דוד מלכא משיחא, זאל דערנאך ווערן דער "היו עמדי" אז זיי זיינען אריכעט מתאחד מיטן רועה אחד וואס דאס איז דוד ועביניו, אז ס'זאל זיין ווי די גמרא זאגט דער "עוסק בתורה ובגמ"ח ומתפלל, עם הצבור" אין די אלע שלושה קוין שעליהם העולם עומד, אויף תורה ועבודה און גמילות חסדים, און דאס בריינגט ארויס דער "פדאני לי ולבני מבין או"ה".
וואס בנוגע לפועל, וואס דאס איז נוגע כפשוטו איז, אז דער ענין פון תורת חב"ד איז דאךדאס "היא היא תורת הבעש"ט" ווי דער רבי נ"ע שרייבט, נאר דאס איז ארויסגעגעבן געווארן אין אן אופן פון הבנה והסברה, קומט צו א דבר חדש מעיקרו, אז ס'ווערט דער אופן הביאורים מדרגא לדרגא במילא גייט קיין זאך ניט פארלארן, און קיין איד ווערט ניט אפגעשטופט, ווארום מ'קען יעדערן ביז למטה מטה מסביר זיין אין זיין שכל און אין זיין הבנה והשגה ביז צו א תינוק קטן ווי אזוי ס'איז "טעמו וראו כי טוב ה'" אז ג-טליכקייט איז גוט, און פריער נעמט ער דאס מיט שכל און דערנאך בריינגט ער דאס אראפ "לימוד מביא לידי מעשה" אין מעשה בפועל, אז ער ווערט א איד זא לומד תורה ושומר מצוה בחיי היום יומיים.
וואס דאס איז דער "וזה כל האדם".
וואס דאס איז דער ווארט וואס מ'האט פריער גערעדט אז דער אלטער רבי האט געזאגט אז א עובד אין אצילות איז אט דער וואס האט א געשמאק אין טאן א טובה א אידן, וואס דער איד געפינט זיך אין עולם העשי' וואס ס'איז דאך מובן אז ווי ס'זאל ניט זיין דער הבנה והשגה און דער מעמד ומצב פון עשי' איז דאך ווי ער זאגט אין תניא אז אפילו צ"ג אוהב את ה' פון אהבה בתענוגים איז דאס "יש מי שאוהב" - ער געפינט זיך אין אצילות און וואס דארט איז ניטא קיין יש אפילו ווי יש שטייט אין עולם הבריאה און דארטן שטייט אין תכלית העילוי. און אט דארטן דערהערט ער געשמאק זפון טאן א טובה א אידן ווי דער איד שטייט אין עשי' וואס דאס איז א ענין לגמרי שלא בערך צו עם.
און אט דאס איז דער אויפטו פון תורת החסידות אז בדרך פון אור ובדרך פון שלום דוקא איז אט דאס איז פודה מבין האומות אז ער איז תינוק שנשבה לבין העכו"ם, וואס דאס איז דאך ווי די גמרא זאגט אין שבת אז ער איז ניט בכלל פון ענין תורה אומצוות, ס'איז ניט שייך זאגן אויף עם שוגג ומזיד - ער ווייס ניט פון דעם גאנצן ענין, און פון דארטן "מבין האומות" איז דורך שלום האט מען בכח צו פודה זיין עם און זאל ניט מיינען אז "אל תהי דבר זה קטן בעיניך" ווארום ס'איז פדאני לי ולבני - אן דערויף היינגט אפ דער גאולת השכינה אויכעט, און דורך וואס איז דאס - בשעת ס'איז דא דער "היא עמדה לנו" - די צדקה ווי דער רבי זאגט אין אגה"ק, און ווי ער איז מסיים אז ודאס איז די צדקה וואס מ'גיט פאר ארץ ישראל, ארץ החיים וואס ארץ אשר גו' עיני ה"א בה מראשית השנה ועד אחרית שנה, ד.ה. מ'גיט די צדקה אין אזא מין אופן אז דאס מאכט די ארץ לעבעדיק, און דאס מאכט דארטן די עיני ה"א בה ניט נאר מראש השנה וואס דאס איז ראש השנה, נאר דאס מאכט במשך כל השנה גייט דאס אין איין המשך אז ס'איז ניטא קיין חילוק פון דעם מעמד ומצב פון ר"ה ביז דעם מעמד ומצב פון אחוריים און חיצוניות פונעם גאנצן ענין השנה.
און אטא די איז "היא עמדה לנו" לפדות את נפשינו, אז מ'זאל פודה זיין יעדער אידן, פון זיין מעמד ומצב אפילו אט דער וואס נשבה בין האומות, און אין וואס פאר אן אופן פודה זיין - אין אן אופן פון "בשלום", וואס אט דער וועג פועל'ט אז "ברבים היו עמדי" ווי ער זאגט אין ירושלמי אז אנשי אבשלום זיינען געווארן אנשי דוד.
וביחד וועט זיין ווי ער זאגט אין דער הפטורה אז עוד וישבו גוי אחד בארץ. ורועה אחד לכולם, און ס'וועט זיין דער רועה אחד לכולם, און ס'וועט זיין דער "דוד עבדי נשיא עליהם" דערפאר וואס "והייתי להם לאלקים והם יהיו לי לעם", וואס דאס קומט ע"י העבודה אין תורה ומצוות איצטער, איז אט דאס ווערט נתגלה בביאת משיח צדקנו בגלוי לעיני בשר. בעגלא דידן למטה מעשרה טפחים.
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 19 Kislev 5720 (20 December 1959)
- Events
- 19 Kislev
- Id
- rh-prmqj3wh
Copies
Recent activity
Sources
- drive