שלח, מבה"ח תמוז
שלח, מבה"ח תמוז, שיחה א
א. ס' איז פאראן א ווארט פון בעש"ט אויפן מאמר חז"ל הקורא את המגילה למפרע ולא יצא, אז בשעת מען לייענט די מגילה און מען מיינט אז דאס איז אן ענין וואס ס'איז געווען אמאל - למפרע - איז לא יצא, וויילע תורה איז א נצחית און אלע איהרע ענינים זיינען דא אויך בהוה.
מגילה ווערט אנגערופן אגרת. און אע"פ אז בכמה דינים לערנט מען אפ כתיבת המגילה פון כתיבת ס"ת, אעפ"כ ווערט עס אנגערופן אגרת, משא"כ תורה ווערט אנגערופן ספר.
דער חילוק פון א אגרת מיט ספר איז מבואר בהוספות לתו"א, אז א אגרת איז אניט קיין ענין של קיימא. מען לייענט עם אפ איין מאל, צוויי מאל, און דערנאך דארף מען דאס שוין ניט האבען משא"כ א ספר, איז אפילו אז מען לערנט עם אפ אטליכע מאל, בלייבט דאך דאס א ספר. וואס מצד דעם איז דא אויך חילוקי דינים פון א אגרת ביז א ספר לגבי שבת, בענין מוקצה.
וואס פון דעם איז דאך מובן, אז תורה האט אין זיך מערער נצחיות ווי מגילה. וואס אזוי איז דאך אויך מובן מענין הקדושה שבהם, וואס אין תורה איז דא מערער קדושה ווי אין מגילה, ווארום אין מגילה ווערט דאך ניט דערמאנט די שמות הקדושים, און וואס מערער קדושה איז דאך מערער נצחיות.
ואין זה סותר למרז"ל כל כתבי הקודש עתידים להתבטל חוץ ממגילת אסתר, ווארום דאס וואס עס שטייט להתבטל, מיינט דאס ניט אז עס וועט ווערן בטל ח"ו, נאר כמבואר בשו"ת הרשב"א אז עס וועט זיין בטל כשרגא בטיהרא. מצד דעם גודל הגילוי דלעתיד, וואס יעמולט וועט זיין ומלאה הארץ דיעה את הוי' כמים לים מכסים, איז דער גילוי פון כתבי הקודש וועט ניט האבן קיין באטרעף כשרגא בטיהרא. משא"כ דער ענין פון מגילת אסתר וואס עס נעמט זיך פון סתימא דכל סתימין, דער ענין וועט זיין אן אויפטו אפילו לעתיד. לגבי ענין הנצחיות איז תור ה מערער נצחי ווי מגילה.
היינט אויב דער בעש"ט זאגט דעם ענין פון הקורא למפרע לא יצא לגבי מגילה, היינט מכ"ש אז די ענינים וסיפורים שבתורה, זיינען דאך א ודאי דא בכל זמן. .
הנחה בלתי מוגה, קריאת מכונה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Sichos Kodesh
- Volume
- ה'תש"כ
- Date
- 23 Sivan 5720 (18 June 1960)
- Id
- rh-3z7xexxx
Copies
Recent activity
Sources
- drive